בלאט 1 פון 1
הילף מיט געקראכטן טשעק
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 9:32 am
דורך רעאליסטיש
איך האב באקומען פון איינעם א "באנק אוו אמעריקע" טשעק פון א גרעסערן סכום (לויט מיינע השגות...) און עס איז צוריקגעקומען מיט'ן מעסעדזש "פארמאכטע אקאונט!". בעיסיקלי האט איינער ארויסגעגעבן א טשעק פון א פארמאכטן אקאונט צו שטופן זיינע חובות א.ד.ג.
איך האב נישט קיין אנונג פון וואו איך האב באקומען דעם טשעק און אויפ'ן טשעק שטייט נישט קיין שום אינפארמאציע וואס זאל מיר העלפן פירן צום אריגינעלן שרייבער פון דעם טשעק.
וואלט מיר איינער געקענט העלפן דערמיט?
א דאנק!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 9:39 am
דורך סתם_אזוי
אפשר קען דיר די באנק העלפן מיט מער אינפארמאציע?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 9:46 am
דורך רעאליסטיש
די באנק גיט נישט ארויס אזעלכע אינפארמאציע.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 10:34 am
דורך וויכטיג מאכער
די טשעק האט א נאמען?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 12:57 pm
דורך רעאליסטיש
A C
דאס איז דאס גאנצע וואס שטייט דארט. נישט קיין נאמען, נישט קיין אדרעס, נישט קיין פאון נומער. נאדא, זילטש.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 1:12 pm
דורך וויכטיג מאכער
פראביר צו טשעקן אין די באנק וועמענס אקאונט דאס איז, ס'דארף צו זיין א וועג געוואור צו ווערן.
אויב נישט, האסטו צוויי אפשען'ס:
1) אויב דו ווייסט אז ס'איז נישט קיין יוד, קענסטו מסר'ן.
2) נעם א סידור, און זאג פון אינעווייניג קדיש...
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 3:10 pm
דורך מאנאגרעמס
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פראביר צו טשעקן אין די באנק וועמענס אקאונט דאס איז, ס'דארף צו זיין א וועג געוואור צו ווערן.
2) נעם א סידור, און זאג פון אינעווייניג קדיש...
און נאכדעם זאלסטו אפמאכן ביי דיר בהחלטה גמורה אז נעווער אגעין וועסטו אין די האנט ארייננעמען אזוינע טשעקס. טאקע אזעלכע טשעקס שרייען גאר הויך "איך האב נישט קיין דעקונג, מיין ארויסגעבער איז א מעכטיגער אנזעצער!!!"
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 10:04 pm
דורך salads
האסט יא א עצה
דו ערשטע זאך גיי צי דו היימישע טשעק קעשערס און פרעג צו זיי ווייסן וועמענס דאס איז, ס'מאכט זיך זייער אסאך זיי זאלן געדענקען וועמענס דאס איז געווען.
אויב ס'גייט נישט
קאל אריין אין באנק און זאג אז דו האסט געטראפן א טייער פעקל אן קיין שום אידענטיפיקעשאן דערין, נאר איין טשעק איז אויך דא דארט, און גיב דו אקאונט נומער.
זיי וועלן ענטפערן אז זיי גיבן נישט ארויס קיין אינפארמעשאן, אבער זיי וועלן קאנטעקטן דעם בהב"ת מיט דיין טעלפאן נומער. און דאן ווארט ער זאל דיר קאלן.
א קאפיטל תהלים שאדט נישט (כ'האף אז דער גנב וועט עס נישט לייענען בעפאר דיר)
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 10:12 pm
דורך salads
זאג העפטיג קדיש
איז נישט פון מיינע עצות, נאר וואס דען? האלט פאר אייך דו נאמען אויפן טשעק, חזר'ט עס איין אין אייער זיכרון, אויב איר זעיט א ענליכס דערצו פרעגט אייך נאך דעראויף. איר קענט קיינמאל נישט אויסרעכענען דעם קאפ פון איינעם וואס טוט דאס פאר דוקא. און ווי אויך קענט איר קינמאל נישט וויסן וואס א מיסטעק יענער קען מאכן דורכאויס דו יאהרן.
צרות רבים חצי נחמה
מסתם האט ער זיך נישט באגעניגט מיט נאר איין פאלטשע טשעק, און אויב האט ער געשריבן מערערע, ווייסן מסתם מענטשן פון אים.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 26, 2010 11:09 pm
דורך שוועמל
דו קענסט רופן פאליס אדער גיין צום סטאנציע און אריינגעבן אז איינער האט דיך באגנב'ט מיט אויסשטעלן א טשעק וואס האט נישט קיין דעקונג.
יא, לאזן קראכן א טשעק איז א קריים וואס פאליס דארף דערפון קער נעמען, אזוי האב איך כמה פעמים געזען אין אפסטעיט.
די פאליס וועט עפענען א פייל און דיר איינמעלדן ווען ס'יז דא פארשריט.
די איינציגסטע זאך איז אז דו דארפסט געבן א גוטע סיבה פארוואס דו האסט באקומען דעם טשעק, למשל האסט אים עפעס פארקויפט, דאן ווייז א אינוואויס וכו'.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 1:25 pm
דורך פאטאקי08
אקאונט נומער טשעק נומער ראטינג נומער ביטע
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 28, 2010 11:43 pm
דורך טרעגער
פון עטליכע תגובות דא, האב איך געמערקט אז מאנכע האבן פאר א פשטות אנגענומען אז דאס מוזזז זיין פון א איד. קוק ביי סעלעדס צגובה . און נאך אנדערע קוק צווישן די שורות ביי די טשעק קעשינג תעגובעלע.
וויל איך ארויסדרוקן דא מיין שטארקע פראטעסט, אז ניין איך בין נישט דער גנב, איך בין טאקע א יוד, אבער נישט אלעמאל גנב'ט א יוד, ניין און ניין.
עס שמעקט מיט אנטיסעמיטיזם, אדער גאר מיט א לעק אף סעלף קאנפידענס. און מיר וועלן דאס נישט פארשווייגן, מיר ווילן נישט גיין מיט געלע לאטעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 8:23 am
דורך קהת
רב טרעגער: נארמאל יודן האנדלען מיט יודן און נאוואדע אונז פשוטע יודילעך, ציליב וחי אחיך עמך, סו איז פשוט אז מזאל אזוי טראכטען...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 03, 2010 11:46 am
דורך salads
טרעגער טייערער
פון דיין תגובה קוקט אויס אז דו ווייסט נישט.
דו טירד פארטי טשעק ביזנעס, פון וואס סקומט ארויס רוב, אויב נישט אלע אזעלעכע פראבלעמען, גייט אן כמעט אדער אינגאנצן נאר ביי אונז אידעלעך.
און דאס איז וואס הרב שוועמל האט דעטאלירט ביים גיין צו א פאליציי סטאנציע, אז ס'איז נישט קיין טירד פארטי טשעק.
דעריבער האסטו א עצה
טוה זיך אויס דיין געלע לאטע, און נעם נישט אן קיין טירד פארטי טשעק'ס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 7:54 am
דורך רעאליסטיש
רבותי, ערשטנס א דאנק פאר די נוצבארע אינפארמאציע פון די חשוב'ע חברים.
די ענדע פון די מעשה איז ב"ה געווען א גוטע; דורך א געוויסע וועג האב איך אויסגעפונען געוויסע פריוואטע אינפארמאציע פונעם בעל הבית פון דעם טשעק און איך האב יענעם גערופן אויפ'ן סעל און געלאזט א מעסעדזש. יענער האט מיר תיכף צוריקגערופן און ווי נאר ער האט געהערט פון וואס עס רעדט זיך האט ער געזאגט אז יא, ער ווייסט אז ערגעץ וואו דרייט זיך ארום דעם טשעק נאר ער האט פשוט נישט געוואוסט ביי וועמען עס געפינט זיך, ער האט דאס פאר איינעם געגעבן א צייט צוריק און יענער ווייסט נישט וואו אהין עס איז אנגעקומען. ער האט מיר געזאגט אז ער איז מוכן ומזומן תיכף ומיד אויסצולייזן דעם טשעק און נאך צוצאלן די באנק-פי. ער האט גענומען פון מיר מיין באנק אינפארמאציע און ביז עטליכע שעה איז געווען דעפאזיט אין מיין באנק די סכום פונעם טשעק!
מי כעמך ישראל!
בחדא מחתא האב איך געלערנט דערפון א פרק אין "הוי דן את כל אדם לכף זכות".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 8:00 am
דורך פונקטליך
אזנס האב איך ליב צו הערן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 5:21 pm
דורך salads
פינטל
איך קען דיר ענטפערן אין אישי
---
הגה. פינטל'ס פראגע איז אראפגענומען געווארן צוליב איר סענסיטיווקייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 06, 2010 5:24 pm
דורך salads
רעאליסטיש
דורך א היימישע טשעק קעשער, וואס האט דיר אנגעזאגט אז זאלסט נישט זאגן פון ווי דו ווייסט?!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 17, 2010 5:46 pm
דורך גיי_ווייס
אפשר קענסטו מיטיילן וויאזוי איר האט באקומען פריוואטע אינפארמאציע?
א חבר מיינע שטייט יעצט אין אזא פראפלעם. און ווייסט נישט ווי אנציהייבן...
שכוח למפרע...
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 6:48 pm
דורך קרעמער
איך האב יעצט באקומען א בריוו פון קאן עדיסאן וואס איך פארשטיי נישט דעם פשט דערפון, קען מיר איינער העלפן?
פאלגנד איז א ציטאט פונעם בריוו:
YOUR PAYMENT FOR $118.83 WAS NOT HONORED BY YOUR BANK BECAUSE OF A "REFERRED TO MAKER" NOTATION. AS A RESULT, WE ASSESSED A FEE OF $12.00 ON YOUR ACCOUNT.
מה פשט?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 7:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
וועמענס טשעק איזעס געווען?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 7:58 pm
דורך קרעמער
חיים משה'ס..
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 9:27 pm
דורך ווינקל
ד.מ. אין אידיש אז דער טשעק איז צוריקגעוויזן געווארן דורך דעם באנק צוליב אן אומ-אנגעגעבנע סיבה. (דאס הייסט 'פרעג דעם ארויסגעבער פונם טשעק'....).
http://www.bankingquestions.com/checksyoureceived/q_refertomaker.html
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 11:06 pm
דורך קרעמער
האבן זיי צוריקגעשיקט דעם טשעק צום מקור? אנדערש וועט מיר דער חברה-מאן נישט גלויבן אז עס איז נישט אדורך
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 2:36 am
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער, זארג נישט, זיי גייען עס זעהן גראד... אויב נישט, איך האב דארט פראטעקציע...