ביזנעס מיט ישוב הדעת
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 07, 2010 11:21 pm
אין די ביזנעס וועלט ווייסט מען, אז אויב מען וויל זיין סוקסעספול דארף מען אריינלייגן מוח און כוח אין ביזנעס. אפילו בשעת מען ארבעט נישט אפיציעל, דארף די קאפ ליגן דארט און כסדר באמערקן יעדע זאך ווי אזוי מען קען עס נוצן אין די אייגענע ביזנעס.
פאראן טאקע מענטשן, ביזנעס אייגענטומער, וואס איר קענט זיי כאפן אינמיטן נאכט טון זייערע ארבעט און זיצן און זייערע אפיסעס.
יעצט; פארגעסט א מינוט פון מיין יעצטיגע דרשה, איך וויל יעצט געבן א לעקציע איבער גאר עפעס אנדערש, האט נישט קיין שייכות אהער.
א נארמאלער מוצלח'דיגער ארויפגעקוקטער מענטש, וואס וויל אויפבויען זיינע גוטע נאטורן און ווערן א געזעצטע מענטש וואס טוט זיין פליכט אין לעבן, און וויל איבערלאזן א זאך נאך זיך, ברויך זיך שטארק אפגעבן מיט זיך, דאס הייסט קענען זיך און טון מיט זיך... ארבעטן אויף די נאטורן און זיך כסדר פארבעסערן און גיין העכער און העכער... דאס איז געזאגט געווארן סיי ברוחניות און אויך בגשמיות.
איין זאך איז זיכער; אז א מענטש וואס ליגט ראשו ורובו אין ביזנעס, האט נישט קיין צייט צו די זאכן און לויפט נאך געלט א גאנצן טאג און טוט גארנישט מיט זיך.
פאראן מענטשן וואס וועקן זיך אויף ביי די זעכציג, און גיבן זיך א פרעג "וואו בין איך געווען די אלע יארן אויף די וועלט?" - די מענטשן האבן געטאן אין ביזנעס און געלט, און נישט געהאט קיין צייט אויפצובויען זייער זעל און ווערן א בעסערע און מוצלח'דיגע מענטש, און יעצט קוקן זיי זיך אום און פרעגן וואס זיי האבן אויפגעטאן...
אצינד איז מיין שאלה;
איז מעגליך צו זיין א נארמאלער מענטש, מיט ישוב הדעת, טון מיט זיך און זיך אפגעבן מיט די אייגענע קינדער, און די זעלבע צייט מאכן געלט און זיין מוצלח אין ביזנעס? - אדער אפשר גייען די צוויי זאכן נישט אינאיינעם, אדער אדער, אדער ביזטו א ביזנעסמאן און דו מאכסט געלט, אדער ארבעטסו אויף דיר אליין...
לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט...
איך וויל נאר צולייגן א נקודה:
אמאל וואלט די צוויי זאכן נישט געווען קיין סתירה... אפילו גבירים האבן ווייניגער געארבעט און געהאט ווייניגער דאגות אויפן קאפ... איך האב פארמאגט א זיידע וואס איז געווען א גרויסער עושר און פארמאגט א גרויסן פארבריק, איז ער אהיימגעקומען יעדן נאכט און זיך אוועקגעזעצט לערנען פאר דריי שעה אין א צי... היינט איז דאס אוממעגליך... אדער לערנסטו אדער ביזטו אין ביזנעס... א גביר האט היינט נישט דער קאפ אין דער צייט, אויסער אויב ער פירט נישט אליין זיין ביזנעס.
ממילא צוריק צו מיין שאלה:
איז שייך היינטיגע טעג אז מען זאל קענען אויספירן ביידע זאכן, סיי זיין א מיושב'דיגע מענטש און סיי זיין א ביזנעסמאן וואס ארבעט ארויף די ביזנעס...
ווער עס קען זאל ענטפערן....