ביזנעס מיט ישוב הדעת

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

ביזנעס מיט ישוב הדעת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אין די ביזנעס וועלט ווייסט מען, אז אויב מען וויל זיין סוקסעספול דארף מען אריינלייגן מוח און כוח אין ביזנעס. אפילו בשעת מען ארבעט נישט אפיציעל, דארף די קאפ ליגן דארט און כסדר באמערקן יעדע זאך ווי אזוי מען קען עס נוצן אין די אייגענע ביזנעס.

פאראן טאקע מענטשן, ביזנעס אייגענטומער, וואס איר קענט זיי כאפן אינמיטן נאכט טון זייערע ארבעט און זיצן און זייערע אפיסעס.

יעצט; פארגעסט א מינוט פון מיין יעצטיגע דרשה, איך וויל יעצט געבן א לעקציע איבער גאר עפעס אנדערש, האט נישט קיין שייכות אהער.

א נארמאלער מוצלח'דיגער ארויפגעקוקטער מענטש, וואס וויל אויפבויען זיינע גוטע נאטורן און ווערן א געזעצטע מענטש וואס טוט זיין פליכט אין לעבן, און וויל איבערלאזן א זאך נאך זיך, ברויך זיך שטארק אפגעבן מיט זיך, דאס הייסט קענען זיך און טון מיט זיך... ארבעטן אויף די נאטורן און זיך כסדר פארבעסערן און גיין העכער און העכער... דאס איז געזאגט געווארן סיי ברוחניות און אויך בגשמיות.

איין זאך איז זיכער; אז א מענטש וואס ליגט ראשו ורובו אין ביזנעס, האט נישט קיין צייט צו די זאכן און לויפט נאך געלט א גאנצן טאג און טוט גארנישט מיט זיך.

פאראן מענטשן וואס וועקן זיך אויף ביי די זעכציג, און גיבן זיך א פרעג "וואו בין איך געווען די אלע יארן אויף די וועלט?" - די מענטשן האבן געטאן אין ביזנעס און געלט, און נישט געהאט קיין צייט אויפצובויען זייער זעל און ווערן א בעסערע און מוצלח'דיגע מענטש, און יעצט קוקן זיי זיך אום און פרעגן וואס זיי האבן אויפגעטאן...

אצינד איז מיין שאלה;

איז מעגליך צו זיין א נארמאלער מענטש, מיט ישוב הדעת, טון מיט זיך און זיך אפגעבן מיט די אייגענע קינדער, און די זעלבע צייט מאכן געלט און זיין מוצלח אין ביזנעס? - אדער אפשר גייען די צוויי זאכן נישט אינאיינעם, אדער אדער, אדער ביזטו א ביזנעסמאן און דו מאכסט געלט, אדער ארבעטסו אויף דיר אליין...

לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט...

איך וויל נאר צולייגן א נקודה:

אמאל וואלט די צוויי זאכן נישט געווען קיין סתירה... אפילו גבירים האבן ווייניגער געארבעט און געהאט ווייניגער דאגות אויפן קאפ... איך האב פארמאגט א זיידע וואס איז געווען א גרויסער עושר און פארמאגט א גרויסן פארבריק, איז ער אהיימגעקומען יעדן נאכט און זיך אוועקגעזעצט לערנען פאר דריי שעה אין א צי... היינט איז דאס אוממעגליך... אדער לערנסטו אדער ביזטו אין ביזנעס... א גביר האט היינט נישט דער קאפ אין דער צייט, אויסער אויב ער פירט נישט אליין זיין ביזנעס.

ממילא צוריק צו מיין שאלה:

איז שייך היינטיגע טעג אז מען זאל קענען אויספירן ביידע זאכן, סיי זיין א מיושב'דיגע מענטש און סיי זיין א ביזנעסמאן וואס ארבעט ארויף די ביזנעס...

ווער עס קען זאל ענטפערן....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיס האט געשריבן:אמאל וואלט די צוויי זאכן נישט געווען קיין סתירה... אפילו גבירים האבן ווייניגער געארבעט און געהאט ווייניגער דאגות אויפן קאפ... איך האב פארמאגט א זיידע וואס איז געווען א גרויסער עושר און פארמאגט א גרויסן פארבריק, איז ער אהיימגעקומען יעדן נאכט און זיך אוועקגעזעצט לערנען פאר דריי שעה אין א צי... היינט איז דאס אוממעגליך... אדער לערנסטו אדער ביזטו אין ביזנעס... א גביר האט היינט נישט דער קאפ אין דער צייט, אויסער אויב ער פירט נישט אליין זיין ביזנעס.

אבערוואז, סתם הסתת היצר.
צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווענגל »

בכלל נישט גערעכט
דאס איז אונזער תפקיד און דאס איז אונזער עבודה אויף דער וועלט יעדער איינער לפום דרגא דיליה ווי עס ווערט געברענגט און אלע ספרים הקדושים
אדרבה פרעג דיר נאך אויף דיין זיידע ס'איז אים אנפאנג אויך אנגעקומען ביטער שווער זיך צו זעצן לערנען אפילו נאר פאר 5 מינוט
ער האט געארבעט אויף "זעך" אנפאנג האט מען זיך געדראפעט אויף גראדע ווענט און דערנאך איז געווארן הרגל נעשה טבע אזוי ווי מיר זעהן ביי יעדע ענין פון עבודת ה' נאר וואס דען ביי יענע סטעטש ווען ס'איז שוין געפארן אזוי יעדן טאג אז מזיצט מיט א געשמאקייט און מען לערנט אפאר שעה דעמאלט'ס איז אונטערגעוואקסן דער זיסע אייניקל זיס און דעמאלטס האט ער עס באמערקט ווי דער זיידע לערנט

פרעג דיך נאר נאך און גיי כאפ א בליק און ביהמ''ד איך קען ב''ה א שיינע פאר עשירים וואס פירן ריזיגע ביזנעסער און זיי זיצן יעדן טאג און לערענען א שיינע פאר שעה איינער האט זיך מיר אפילו אמאל אויסגעדירקט יארן צרוק (בערך 5-6 יאר צרוק) אז פאר אים צו זיצן א האלבע שעה און לערנען איז ממש א גהינום און היינט זעה איך זיצן יעדען טאג אפאר שעה ווי איז דער גהינם אנטלאפן נאר וואס דען

מ'דארף ארבעטן אויף "זעך" (אזוי פלעגט ר' יענקלע זאגן)
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

דער של"ה הקדוש שרייבט כמיין און מסכת תמיד

אז ס'דא דריי "אז" אז איז בגמטריאה 8
"אז" תצליח 8 שעה ארבטען
"אז" תשכיל 8 שעה תורה
"אז" תישן 8 שעה שלאפען
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דער עולם האט זיך ארויפגעכאפט אויף מיין לעצטע סעטעימענט וואס איך האב נאר געשריבן בדרך אגב.

איך וויל דעריבער איבערהוילן מיין שאלה:

איז מעגליך צו זיין א נארמאלער מיושב'דיגע מענטש מיט ישוב הדעת, טון מיט זיך און זיך אפגעבן מיט די אייגענע קינדער, און די זעלבע צייט מאכן געלט און זיין מוצלח אין ביזנעס? - אדער אפשר גייען די צוויי זאכן נישט אינאיינעם, אדער אדער, אדער ביזטו א ביזנעסמאן און דו מאכסט געלט, אדער ארבעטסו אויף דיר אליין...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך מיין אז ס'יז יא מעגליך.
איי מין איך זע נישט פארוואס נישט, דאס איז נאר די שאור שבעיסה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אקעי, קיינער פארשטייט מיר נישט!

איך וועל מוזן פרעגן בעסערע פלעצער...

ביי, שלאפסט ווייטער...
צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווענגל »

זאג נאר דעת אליינס האסטו שוין אז די האלטס שוין ביי ישוב הדעת (עה איך מאך נאר א ווערטל)

אוודאי איז מעגליך מ'דארף זיך נאר צוגעוויינען דערצו

און מיט תפילות און סייעתא דשמיא קען מען אויף אלעם האבן ישוב הדעת
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה
אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CID »

עס איז מעגליך מען דארף האבן גיטע מדות און דיספלין :roll:
כבר הי' לעולמים ;q;.i
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

א שאלה בכלל צו עס איז מעגליך????

ביי מיר אין ביהמד"ר דאווענט א מוצלח'דיגער ביזנעסמאן, און הלוואי זאל גאנץ כלל ישראל געבן אזא חינוך וואס ער גיט פאר זיינע קינדער. איך זעה נאר שבת - חוה"מ וכדו' וויאזוי ער זיצט און פארברענגט - לערנט מיט זיינע קינדער.... און גלייב מיר מען דערקענט עס אויף זיי...

נאר וואס דען מען דארף האבן די כח און די "רצון" עס אויסצופירן. און אז מען מיינט עס אמת'דיג מסייעין אותו!
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”