בלאט 1 פון 1
קוויק בוקס פוינט אויף סעלס
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 07, 2010 1:01 pm
דורך חכם מחוכם
ווייסט איינער ווי עס איז דא צובאקומען קוויק בוקס פוינט אויף סעלס בחנם ?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 07, 2010 1:29 pm
דורך בשבילי נברא
פארוואס טראכסטו אז דו וועסט עס קענען טרעפן ערגעץ בחנם, עס איז א טייערע פראגראם וואס זיי בעטן דערפאר א שיינע פאר טאלער.
אדרבה אויב טרעפסטו עס ערגעץ וואלט איך עס אויך געקענט נוצן (אפילו נאר די פשוט'ע קוויק בוקס "אויב טרעפסטו עס בחנם")
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 6:04 pm
דורך חכם מחוכם
די פשוטע קוויק בוקס ווייס איך פון אסאך אירע וואס האבען עס בחנם ווי אויך איז עס דא אויף פארשידנע פייל שערינג סייט'ס בחנם וויבאלד עס זייער פאפולער
אבער מיט די פוינט אף סעלס איז שווערער וויבאלד ווייניגער מענטשען באנוצען זיך דערמיט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 10:34 pm
דורך שוועמל
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 11:24 pm
דורך לאז געמאכט
ווארשיינדליך לוינט נישט צו כאפן מן השוק די פראגראם, ס'וועט דיר נישט קיין סאך צוניץ קומען, חוץ אין געוויסע פעלער, (למשל אויב די ברויכסט עס פשוט להתלמד וכדו'), אויך די געווענטליכע קוויקבוקס דארף מען געוויינליך באצאלן כדי צו באקומען די אלע ראטע'ס אפדעיט'ס און סופארט.
סארי אפי' ס'לוינט זיך דיר האביך נישט צו געבן, כ'זאג נאר אז ס'איז מסתם א שאד דיין זוך, אויב די וויסט עס געהעריג נוצן וועסטו ערגעץ באצאלן. אויב נישט גראד איזעס קרום באט דאן קומט שוין צו עגמת נפש אלץ א באנוס כידוע פארווער ס'באקאנט אין די זאכן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 11:30 pm
דורך לאז געמאכט
דאס איז אלעס פראקטיש גערעדט :) ס'איז אבער דא נאך א ענין פון באצאלן פשוט אלץ גני... כ'זאג עס נישט ווייל כ'בין אליינס געשלאגן דערויף ליידער, באט אלץ צירוף צו ארויסנעמען אפאר טאלער דארף מען דעס נעמען אין באטראכט.
אינטוט צאלט גרויסע געהאלטן פאר העכסט פראפעצענאל'ן פראגראמער'ס צוצושטעלן א דבר השלם, ס'איז נישט מער ווי יושר אויב מ'נוצט דאס פשוט איינצוצאלן וואס ס'קאסט.
כאמור באצאל איך אויך נישט פאר אלע פראגראמעס וואס כ'נוץ, באט ווען יא שפיר איך מיך זייער גוט אז כ'בין א מענטש... יענער ארבעט באצאל איך מיין חלק.