בלאט 1 פון 1
ביזנעס שאויס און זשאוויץ סענטער
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 5:15 pm
דורך שוועמל
איך האב באקומען חשק צו גיין צו אזא ביזנעס טרעיד שאו.
וויאזוי גייט דאס צו.
קען יעדער גיין צי ס'יז נאר פאר ביזנעסער?
ברויך מען האבן א איידי? וואסערע?
קאסט עס געלט צי מ'קען זאגן "איי נאו ראביי גלענץ"?
קען מען זיך איינשרייבן אנליין ערגעץ?
קען מען דארט קויפן אויכעט צי בלויז קוקן?
וכו' וכו' זאגטס פון עקספיריענס וואס קען זיין נוצליך.
אויך אין וועיגאס קומען פאר כסדר שאויס איז דארט די זעלבע זאך?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 5:19 pm
דורך גראדער
די וואך קומט פאר אין דשאוויץ דער יערליכער טוי שאו, לפי ידיעתי קען מען נישט אריינגיין אפילו ווען מען איז א קאזן מיט ראביי גלאנץ, מען מוז האבן עווידענס אז מען איז א ריטעילער וואס פארקויפט די פראדוקטן וואס ווערט פארגעשטעלט ביים שאו, זיי פארלאנגען די ביזנעס EIN נומ. מיט א ביזנעס קארד אדער עני עווידענס אז די ביזט עמפלויד ביי די ביזנעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 6:59 pm
דורך חידוש נפלא
שוועמל איך מיין אז ממש יעצט קומט פאר די גרעסטע שאו (גיפט שאו) עס קומט פאר צוויי מאל א יאר און איינמאל איז עס ממש אין די טעג
פאר מער אינפארמאציע ווען דאס קומט פאר וכו' גיי דא
http://www.nyigf.com/די עיקר שאו געמאכט פאר סטארס וואס קומען קויפן דארט הונדערטער טויזענטער אייטעמס פאר זייערע סטארס אין אלע סארט מינע זאכן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 6:47 pm
דורך salads
שוועמל
רוב שאוי'ס זענען נישט געמאכט צו קויפן, נאר פאר אינפארמאציע אז ס'איז דא דו סארטן פראדאקטס, וויאויך פאר קאמיוניקעשאן מיט נייע קאסטאמער'ס פראויידער'ס, אדער צו געוואויר צו ווערן נייע איידיע'ס פאר דו ביזנעס, אבער נישט אלס א גרויסע איינמאליגע סטאר. חוץ פון גאר ווייניג וואס זענען ווי דער גיפט שאוי.
און געווענליכע פעלער, קענסטו אריינגעבן דיין קאמפעני נאמען און זיך איינשרייבן ע"י הנעט בחינם געניג פריי פארן שאוי, קיין שום עווידענס ווערט נישט געבעיטן. זיי פרעגן נאר וואס דו זיכסט, און וואס דיין קאמפאניע מאכט היינט צוטאג א.א.וו.
ס'איז דא געוויסע שאוי'ס וואס כ'האלט מיט יעהרליך, כ'האב שוין געהאט ניצן דערפון, שאדן קען עס ממילא נישט, טא פארוואס נישט פראבירן. אריינגיין קאסט טאקע ביי רוב שאוי'ס נישט, אבער אזוי ווי פארקינג איז זייער שווערליך פאר גיט באצולט יא דא, קאסט שוין כמעט ביליגער צו נעמען א קאר סערוויס, און דאס קאסט שוין יא, אפי' מ'באשטעלט אים געניג פרי.
אויב דו זיכסט א פארטנער, קען איך מיט דיר מיט קומען.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 09, 2010 8:00 pm
דורך יא יא
נעקסטע וואך קומט דארט פאר די נעשאנעל סטעישאנערי שאו. אבער דארט דארף מען אויך ארבעטן פאר א ריטעילאר.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 23, 2010 3:00 pm
דורך salads
June 10 packaging show
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 2:24 pm
דורך פוילישער
salads האט געשריבן:June 10 packaging show
כ'מיין אז עס איז דריי טעג, june 8,9,10
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 4:31 pm
דורך salads
פוילישער האט געשריבן:salads האט געשריבן:June 10 packaging show
כ'מיין אז עס איז דריי טעג, june 8,9,10
גערעכט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 25, 2010 4:36 pm
דורך salads
פוילישער
דו גייסט צו דו פעקעדזשינג שאוי?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 11:22 am
דורך פוילישער
כ'האב מיך איינגעשריבן, פשוט ווייל איך זוך א געוויסע טייערע מאשין, אויב איך וועל עס נאכנישט האבן איינגעהאנדלט ביז דאן, וועל איך דארט זיין בל"נ, איך האף צו זען דארט א ברייטערע אויסוואל, פון וואס איך האב יעצט צוטריט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 2:28 pm
דורך salads
איך בין אויך איינגעשריבן, כ'גיי שוין יאהרן, אויב ס'וועט דיר נישט שטערן קען איך מיר מיטכאפן מיט דיין קאר'ל, כ'וועל זיך באטייליגן אין דו קאסטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 3:09 pm
דורך ליסקא
ווי שרייבט מען זיך איין? קען איך גיין סתם קוקען אדער איך מוז ווייזען אז איך ארבעט ערגעץ מיט טעקס איי די א.ד.ג.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 8:56 pm
דורך salads
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 3:58 pm
דורך salads
דו איסט פעק שאוי, האלט שוין אינדערמיט. מארגן דאנערשטיק איז דו לעצטע טאג. און איך האב צוויי איבריגע פעסעס פאר פריי אריינקום.
ווער ס'וועט וואלונטירן מיך מיטצונעמען מארגן 6/10 צופרי בערך 9:30 וועט קענען באקומען דו צוויי פעססעס.
אגב
דו פארקינג אין געז ליגט נישט אויף מיר
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 4:03 pm
דורך salads
א יעדע באזונדערע אמזיסטע איינטריט קארטל איז ווערט $55.00
אגב
דו "איסט פעק שאוי" איז פאר אלע אייערע פעקעדזשינג באדערפענישן. דהיינו באקסעס פאקערס פילערס סיעלערס לעבלערס אין אלע ציגעהערן דערצו און דערפון.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 4:38 pm
דורך salads
ווי אויך קען מען הערן און זעין איידיעס וואס איר ווייסט נישט ביז איר זעיט עס אז ס'קען אייך צוניץ קומען.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 20, 2010 2:42 pm
דורך פוילישער
אי"ה זונטאג, מאנטאג און דינסטאג פ' וישלח, אויפ'ן גוי'שן דאטום נאוועמבער 14-16 וועט פארקומען די יערליכע פלמ"א שאו, וואס האט איר פלאץ אין שיקגאו.
וואס איז פלמ"א?
ווען איר גייט אריין אין א וואל מארט געשעפט, אדער אין שאפ רייט און צו נאך אסאך סטארס, פון טשעין סופערמארקעט ביז טשעין פארמעסיס, וועט איז אלץ זען פראדוקטן מיט זייער לעיבל. צ.ב.ש. צוקער, קאווע, דרינקס, פעיפער גודס מיט די לעיבל פון זייער קאמפאני. איר ווייסט זיכער אז נישט וואל מארט האט געמאכט די קוקיס, אבער אויפ'ן לעיבל דאכט זיך אז וואל מארט האלט ערגעץ אויף א בעקעריי.
דאס זעלבע איז מיט רוב כשר'ע עסן, וואס די פירמע מאכט נישט אליינס די פראדוקט, נאר א צווייטער קאמפאני מאכט עס, און די אידישע קאמפאני לייגט ארויף זייער לעיבל. צ.ב.ש. וואס יעדער האט דאן מיטגעהאלטן, אז גפן מאכט זייערע מאשרומס (אויב איך געדענק גוט) אין אינדיע, אין מאמביי, אדער אין איר אומגעגנט. אזוי איז מיט זייערע אלע זאכן.
די איידיע פון מאכן פראדוקטן ביי א צווייטע קאמפאני, און ארויפלייגן די אייגענע לעיבל, ווערט אנגערופן "פרייוואט לעיבלינג" וואס איז אן אינדסטריע, וואס באטרעפט אין די ביליאנען (אויב איך געדענק גוט איבער 100 ביליאן). עס איז דא פיל קאמפאניס, וואס האבן ניטמאל זייער נאמען אויפ'ן שעלף, זיי זענען נאר דא פאר "פרייוואט לעיבלינג" קאסטומערס.
אט דאס איז די ר"ת פון פלמ"א: פ'רייוואט ל'עיבלינג מ'אניפעקטשערינג א'סאוסיעשן.
ווי אזוי קומט אן א ברוקלינער ביזנעסמאן צו א קאמפאני אין קענטאקי אדער טעקסעס - צו גאר אין הייטי אדער טיילאנד - וואס מאכט עפל דשוס? דער תירוץ איז: די יערליכע פלמ"א שאו, וואס קומט פאר יעדס יאר אין נאוועמבער אין שיקאגאו. עס איז דא דארט בערך 2000 קאמפאניס וואס מען קען ביי זיי מאכן "פרייוואט לעיבלינג".
אלע גרויסע קאמפניס פון "וואל מארט" ביז "וואל גרינס" שיקן אראפ בייערס, און די פלמ"א שאו איז א א וויכטיגע שפילער אין די עקנאמיע היינט צוטאגס. די שאוס האבן זיך אנגעהויבן אין יארע 1981. מען טרעפט דארט קאמפאניס פון עסן ביז טוילעט פעיפער, ווי גערופן אין אונזער לשון, "פון א פאדים ביז א שיך בענדל" וואס פראבירן צו מאכן ביזנעס. די ווערד פון ביזנעס וואס ווערן געמאכט פון דיעלס וואס ס'האבן זיך דארט אנגעהויבן, באטרעפט איבער 60 ביליאן דאלער ( אויב כגעדענק גוט) וואס מיינט אז איבער 60 פרעצענט פון די "פרייוואט לעיבלינג" ביזנעס דרייט זיך דארט ארום.
(סארי איך האב נישט געהאט צייט מגי' צו זיין, ואתכם הסליחה.)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 26, 2010 9:47 pm
דורך איך וויל פארשטיין
פוילישער אפשר וואלסו געקענט ארויפלייגען די לינק ווי מען קימט אהן צו די שוי פון פלמ"א? עס איז מיר זייער נוגע, ישר כח למפרע
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 27, 2010 9:12 am
דורך גרויזאמער
wow
פוילישער יישר כח!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 21, 2012 5:44 pm
דורך שנאפס
ווען קומט פאר די נעקסטע שוי דארט?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 21, 2012 5:49 pm
דורך pianist
יעצט קומט פאר א שוי דארט, HIGH STYLE ווייסעך האט א boot ביי די איצטיגע שוי