בלאט 1 פון 1
רענט א דעסק!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 4:47 pm
דורך רענט א דעסק
פאר בלויז 100 א חודש קענט איר ארויסדינגען א טישל, אינקלאדינג DSL, עלעקטער, פרינטער, פעקס, אין א היימישע רואיגע אטמאספערע, אין א גוטע געגענט אין קרית יואל, לויפט און דינגט שנעל ארויס אייער דעסק, איידער ס'ווערט פארנומען. [נאך בלויז געציילטע דעסקס פארבליבן].
ווי אויך איז דא א 'אפשן' צו זיין אביסל מער פרייוואט, אין א עקסטערע שטוב, פאר בלויז 150 א חודש. (בלויז 2 ערטער נאך עוועיליבעל].
פאר מער פרטים פארבינדט זיך אין אישית, אדער רופט 845-537-1012 (אויב קיין ענטפער לאזט א קלארע מעסעדזש).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 4:59 pm
דורך אינגערמאן
עס איז מיר פונקט אויסגעקומען די וואך דינסטאג אהינצוגיין צו טרעפן איינעם דארט. און עס איז מיר זייער געפאלן. זייער א רואיגע אטמאספערע. שיינע אפיס פורניטשער. און די בעסטע פון אלעם אז ס'איז אין געגענט.
איך וואונטש ענק אסאך הצלחה!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 8:02 pm
דורך שמיי_דריי
געשטימט פאר זייער א גוטע איידיע. ר' רענט א דעסק ווען איך וואון ווען אין ק"י וואלט איך שוין געהאט ווען דארט א דעסק...
אויב עס גייט אייך גוט ביטע עפענט עס אויף אין די סיטי. דער עולם וועט זיכער קומען. (פאר די פרייז שטייצעך...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 8:38 pm
דורך חידוש נפלא
איך מיין אז עס איז זייער א גיטע איידיע אבער מען דארף עס גיט אדווערטייזן ווי למשל אין די טעגליכע לוח יום ביומו וכדומה,
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 29, 2010 8:00 am
דורך ידען
א געוואלדיגע איידיע , נאר איך האב נאכנישט קיין ביזנעס...........
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 29, 2010 8:45 am
דורך פאטאקי08
חידוש נפלא האט געשריבן:איך מיין אז עס איז זייער א גיטע איידיע אבער מען דארף עס גיט אדווערטייזן ווי למשל אין די טעגליכע לוח יום ביומו וכדומה,
אדער ווי ער טוט יעצט ער אדווערטייזט עס דא אין די זייט..
מען דארף אים טאקע זאגען שכח אז ער לאזט זיך קאסטן פאר אונז צוזאמען מיט פרנסה מטבע ראפפעל
עניוועיס זייער מעגליך אז איך וואלט עס גענומען נאך אלעם איז עס
זייער ביליגאבער יעצט האב איך שוין אן אנדערס
לגבי פרייוועסי
איך ווייס נישט וויאזוי עס זעט דארט אויס אבער אין עצי תמרים איז דא אפיסעס פונקט אזוי נישט פריוואט און צישטיפט און סקאסט א הון רב
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 31, 2010 12:18 pm
דורך רענט א דעסק
פאטאקי, ביי אונז איז ב"ה דא פלאטץ בהרחבה גדולה, נישט צושטיפט. ווי אויך לייגן מיר א שטארקן דגוש אויף פרייוועסי, דהיינו אז מ'זאל נישט מאכן קיין עקסטערע גערודער ווי צב"ש 'אנצינדן מוזיק הויעך' וכדו'.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 31, 2010 12:43 pm
דורך שוועמל
זייער א גוטע איידיע.
אבער וואס טוט זיך מיט סעקיוריטי?
קען מען אויף עפעס א וועג פארשפארן דעם דעסק אדער טישל?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 31, 2010 2:23 pm
דורך רענט א דעסק
שוועמל האט געשריבן:אבער וואס טוט זיך מיט סעקיוריטי?
קען מען אויף עפעס א וועג פארשפארן דעם דעסק אדער טישל?
די לעדלעך אין יעדע דעסק קען מען פארשפארן.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 31, 2010 4:08 pm
דורך חידוש נפלא
מר. רענט א דעקס, די ביסט דער בעל הבית דערפון? אדער א תושב דארט? אדער פשוט א גיטע חבר? אדער גאר עפעס אנדערש?
רענט א דעסק
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 31, 2010 4:12 pm
דורך אינגערמאן
למאי נפ"מ?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 8:43 am
דורך רענט א דעסק
Impressive Art & Print
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 8:49 am
דורך אינגערמאן
אימפרעסיוו איז נאך אפען?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 10:50 am
דורך מאנאגרעמס
אינגערמאן האט געשריבן:אימפרעסיוו איז נאך אפען?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 02, 2010 12:20 pm
דורך שלמי
איך, אלץ דיזיינער, קען איך מיך נישט ערלויבן א פלאץ ווי עס איז דא גערודער און נאך מענטשן דרייען זיך ארום.
אבער איך האלט אז עס איז א גוטע איידיע פאר געווענליכע אפיס ארבייטער, ווייל גערודער און הערן אנדערע מענטשן אנדרייען א ביזנעס מאכט א מענטש מער אין די כלים צו ארבעטען.
עס גיבט א שטוצע אנצוגיין מיט די ארבעט און פארווירקליכן די ביזנעס איידיע, ווען מען דרייט זיך מיט מענטשן וואס זענען מצליח און זעהן אויס ביזי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 03, 2010 5:19 pm
דורך רענט א דעסק
ליידער זענען מיר געווען געצווינגען זיך צו פארמאכן צוליב וואס ס'האט אונז נישט געלוינט אויפצוהאלטן די פלאץ.
עקאנאמי..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 03, 2010 5:59 pm
דורך אינגערמאן
אגב אז מען רעדט שוין יא, א אינגערמאן זאבעל האט לעצטענס געפירט די פלאץ דארט. האט איינער אפשר זיין אימעיל אדרעס?