בלאט 1 פון 2
טעקס ריטורען הילף
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 7:11 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איך וויל מיך אויסלערנען צו פיילן טעקסעס פאר מיר אליין ווי אזוי קען איך געוואר ווערן וועלכע פארעמס מען דארף אוספילן אין ווי אזוי מען פילט עס אויס
אין אויך אויב עס איז דא א גוטע פראגרעם וואס מאכט אלעס אויטמעטיקלי
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 10:08 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,
איך קען דיר זאגן פון אייגענע עקספיריעס, עס איז א גרויסער טעות פון וועלן מאכן אליינס.
קען זיין די סאפטוועיר פראגראם, לאמיר זאגן טורבא אדער קוויקען, וועלן זיין כמעט אומזיסט און עס וועט ארבייטן שנעל און גוט. פיין. די פיילינג האסטו גוט געמאכט.
אבער דו ליגסט נישט אין די "פיילינג אינדוסטריע" צו וויסן אלע געזעצן און קנייטשן צו העלפן שפארן שטייערן און העלפן מאכן פסח, וק"ל וד"ל.
פארשטייסט? אפילו אין בעסטן פאל, למשל ביסט אלעס גראד כשר וישר און אויבנאויף איז די גאנצע שטייער חשבון קורץ און שארף, W2 און פארטיג, קענסטו נישט וויסן וועלכע דידאקטעבל אדער קרעדיט דו האסט פארקוקט, און עס איז דאך א פראגע פון אידיש געלט.
פארשטייסט.
עס לוינט צו צאלן די 20-30 דאלאר אדער אפילו 150 דאלאר פאר די מער קאמפליצירטע פארעמס ביי א טעקס רעטוירן פראפעשאנאל.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 10:39 pm
דורך קרעמער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 6:45 pm
דורך לאז געמאכט
שכח קרעמער פארן לינק! כ'האב איין טאג די וואך געזוכט אין געזוכט מיט די פארגעשריטענע זוכעניש די אשכול ווי ס'דא די לינק וואס כ'האב פאריאר גענוצט צו פייל'ן די טעקסעס, אבער אן ערפאלג...
יעצט נאכן לעזן יענעם אשכול דערמאניך מיך וואסי געווען, יעצט בלייבט נאר איבער צו זעהן צו מיין אישית קעסטל האט נאך די לינק פון פאריאר.
נ.ב. אויב מעגליך שמעלצן דעם אשכול מיט יענעם, צו וואס נאכאמאל זיך טענה'ן צו מען זאל מאכן אליינס צוניש, דארט איזעס שוין מבואר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 21, 2010 9:22 pm
דורך לאז געמאכט
די אישית פון פאריאר אינאך אינעם קעסטעל, אין צו מיין גרויס פרייד - די לינק דעראינען ארבעט נאך.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 4:00 pm
דורך באמבאסטיש
איינער וואס וואוינט אין די סיטי און ער ארבעט אין אפסטעיט, אדער פארקערט, וואוינט אין אפסטעיט און ארבעט אין די סיטי, באקומט אויך א טעקס ריפאנד פון די סיטי?
כלומר די ריפאנד וואס די סיטי טיילט, האט צו טוהן מיטן וואוינען אין די סיטי, אדער מיטן ארבעטן אין די סיטי?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 1:47 am
דורך בשבילי נברא
לגבי די סיטי ווייס איך נישט, אבער איינער וואס וואינט אין ניו יארק סטעיט און ער ארבעט אין ניו זשערסי פיילט ער א ניו זשערסי טעקס רעטורן און מ'באקומט אויך עפעס צוריק פון זיי.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 23, 2011 9:56 am
דורך באמבאסטיש
באמבאסטיש האט געשריבן:איינער וואס וואוינט אין די סיטי און ער ארבעט אין אפסטעיט, אדער פארקערט, וואוינט אין אפסטעיט און ארבעט אין די סיטי, באקומט אויך א טעקס ריפאנד פון די סיטי?
כלומר די ריפאנד וואס די סיטי טיילט, האט צו טוהן מיטן וואוינען אין די סיטי, אדער מיטן ארבעטן אין די סיטי?
האב איך געפרעגט אן אקונטענט, זאגט ער אז עס האט צו טוהן מיטן וואוינען אין די סיטי, נישט קיין חילוק וואו מען ארבעט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 29, 2013 1:07 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ברויך מען האבן היי יאר האבן מער דאקומענטן ווי ביז איצט ביים פיילן טעקס רעטוירן? און אויב יא וואס ברויך מען האבן?
---
אגב; פון מארגן מיטוואך יאנואר 30 קען מען שוין פיילן.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2013 10:00 pm
דורך שנאפס
מיין אקאונטענט האט געבעטן מיין W-2 און שוין
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 1:34 pm
דורך פאטאקי08
היינט אריינגעקומען די פעד ריפאנד אין באנק
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 1:59 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
שנאפס האט געשריבן:מיין אקאונטענט האט געבעטן מיין W-2 און שוין
און מיינער האט היי יאר צוגעבעטן א צעטיל וואס קאנפוירמט אז די קינדער זענען געווען מיט די עלטערן במשך די טעקס יאר (למשל פון די קינדער דאקטער וכדו').
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 2:01 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פאטאקי08 האט געשריבן:היינט אריינגעקומען די פעד ריפאנד אין באנק
ווען האסטו געפיילט? איך האב געפיילט יאנואר 31 ועדיין לא הגיע הריטורען (געפיילט אז ס'זאל אריינקומען עלעקטראניש)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 2:14 pm
דורך יענקל פאטאש
וואס איז די נארמאלע פרייז צו צאלן פאר אן אקאינטענט צו מאכן א נישט קאמפלאצירטע טעקס ריטורן. די פרייזן לויפן פון 20 - 100 דולר.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 2:21 pm
דורך פאטאקי08
געפיילט ביי משה אליעזר ניימאן
ווען ער האט געפיילט ווייס איך נישט
ער האט נישט געבעטן קיין שום צעטל נאר די W2
איך האב אים געגעבן די W2 פעברוערי 3
פרייז 75
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 3:21 pm
דורך הורוויץ
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:מיין אקאונטענט האט געבעטן מיין W-2 און שוין
און מיינער האט היי יאר צוגעבעטן א צעטיל וואס קאנפוירמט אז די קינדער זענען געווען מיט די עלטערן במשך די טעקס יאר (למשל פון די קינדער דאקטער וכדו').
אויב מען אפפלייעט פאר די Earned Income Credit דארף דער Filer דאס יאר פארלאנגען א Proof of Residence פאר די Dependence וואס מ'קלעימט, אין אריינפילען אין די רעטורען וואספארא פרוף ער האט ערהאלטן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 3:55 pm
דורך משזר
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווען האסטו געפיילט? איך האב געפיילט יאנואר 31 ועדיין לא הגיע הריטורען (געפיילט אז ס'זאל אריינקומען עלעקטראניש)
אויב פיילט מען דורך e-file באקומט מען עס אביסל שנעלער, אבער סקאסט אביסל מער.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 3:58 pm
דורך הורוויץ
משזר האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווען האסטו געפיילט? איך האב געפיילט יאנואר 31 ועדיין לא הגיע הריטורען (געפיילט אז ס'זאל אריינקומען עלעקטראניש)
אויב מאכט פיילט מען דורך e-file באקומט מען עס אביסל שנעלער, אבער סקאסט אביסל מער.
נאך דא וואס פיילן ביי פאפיר?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 4:08 pm
דורך משזר
יעצט געפרעגט מיין אקאונטענט אין ער זאגט מיר טאקע אז סקאסט שוין נישט עקסטערע צי פיילן e-file.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 4:11 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
משזר האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווען האסטו געפיילט? איך האב געפיילט יאנואר 31 ועדיין לא הגיע הריטורען (געפיילט אז ס'זאל אריינקומען עלעקטראניש)
אויב פיילט מען דורך e-file באקומט מען עס אביסל שנעלער, אבער סקאסט אביסל מער.
נו דאס האב איך געטון, געפיילט דורך e-file און באצאלט מער, אבער דערווייל האב איך עס נאכנישט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 4:12 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אריינרופענדיג צו די IRS זאגן זיי אויפן מאשין אז זיי האבן עס באקומען, ס'קען אבער דויערן ביז 21 טאג.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 4:42 pm
דורך הורוויץ
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אריינרופענדיג צו די IRS זאגן זיי אויפן מאשין אז זיי האבן עס באקומען, ס'קען אבער דויערן ביז 21 טאג.
פ"וו קוקט איר עס נישט אויף אנליין "irs.gov "where is my refund?
די irs האט דאס יאר נישט געגעבן קיין צייט ווען עס וועלן אנקומען די ריפאנדס. זיי זאגען נאר אז עס קען נעמען פון 10 ביז 21 טעג. סא פליז ווארט געדולדיג..
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2013 6:43 am
דורך ק.נ.א. וועטער
געטשעקט, און ענדליך האב איך שוין א דאטום (צוויי טאג ארום)
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 12:16 pm
דורך קאפעליטש
וויפיל איז די נארמאלע פרייז צו צאלן א אקאונטענט צו פיילן טעקס פאר א קארפ. וואס האט גארנישט געטוהן א גאנץ יאר?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 26, 2013 2:08 pm
דורך פאטאקי08
נארמאל בעטן אלע אקאונטענטס בערך 500 דאלער
עצה איז צו ניצן א סעמי אקאונטענט
משה אליעזר ניימאן בעט די ביליגסטע פרייזן