טעקס ריטורען הילף

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

שאינו יודע לשאול
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2009 11:51 am

טעקס ריטורען הילף

תגובהדורך שאינו יודע לשאול » מיטוואך ינואר 20, 2010 7:11 pm

איך וויל מיך אויסלערנען צו פיילן טעקסעס פאר מיר אליין ווי אזוי קען איך געוואר ווערן וועלכע פארעמס מען דארף אוספילן אין ווי אזוי מען פילט עס אויס

אין אויך אויב עס איז דא א גוטע פראגרעם וואס מאכט אלעס אויטמעטיקלי
שלח לחמך על פני המים כי ברוב ימים תמצאנה

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך ינואר 20, 2010 10:08 pm

בס"ד,

איך קען דיר זאגן פון אייגענע עקספיריעס, עס איז א גרויסער טעות פון וועלן מאכן אליינס.

קען זיין די סאפטוועיר פראגראם, לאמיר זאגן טורבא אדער קוויקען, וועלן זיין כמעט אומזיסט און עס וועט ארבייטן שנעל און גוט. פיין. די פיילינג האסטו גוט געמאכט.

אבער דו ליגסט נישט אין די "פיילינג אינדוסטריע" צו וויסן אלע געזעצן און קנייטשן צו העלפן שפארן שטייערן און העלפן מאכן פסח, וק"ל וד"ל.

פארשטייסט? אפילו אין בעסטן פאל, למשל ביסט אלעס גראד כשר וישר און אויבנאויף איז די גאנצע שטייער חשבון קורץ און שארף, W2 און פארטיג, קענסטו נישט וויסן וועלכע דידאקטעבל אדער קרעדיט דו האסט פארקוקט, און עס איז דאך א פראגע פון אידיש געלט.

פארשטייסט.

עס לוינט צו צאלן די 20-30 דאלאר אדער אפילו 150 דאלאר פאר די מער קאמפליצירטע פארעמס ביי א טעקס רעטוירן פראפעשאנאל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 20, 2010 10:39 pm

דא איז דא אן אשכול דערוועגן:
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 6:45 pm

שכח קרעמער פארן לינק! כ'האב איין טאג די וואך געזוכט אין געזוכט מיט די פארגעשריטענע זוכעניש די אשכול ווי ס'דא די לינק וואס כ'האב פאריאר גענוצט צו פייל'ן די טעקסעס, אבער אן ערפאלג...

יעצט נאכן לעזן יענעם אשכול דערמאניך מיך וואסי געווען, יעצט בלייבט נאר איבער צו זעהן צו מיין אישית קעסטל האט נאך די לינק פון פאריאר.

נ.ב. אויב מעגליך שמעלצן דעם אשכול מיט יענעם, צו וואס נאכאמאל זיך טענה'ן צו מען זאל מאכן אליינס צוניש, דארט איזעס שוין מבואר.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 9:22 pm

די אישית פון פאריאר אינאך אינעם קעסטעל, אין צו מיין גרויס פרייד - די לינק דעראינען ארבעט נאך.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג פאברואר 22, 2011 4:00 pm

איינער וואס וואוינט אין די סיטי און ער ארבעט אין אפסטעיט, אדער פארקערט, וואוינט אין אפסטעיט און ארבעט אין די סיטי, באקומט אויך א טעקס ריפאנד פון די סיטי?

כלומר די ריפאנד וואס די סיטי טיילט, האט צו טוהן מיטן וואוינען אין די סיטי, אדער מיטן ארבעטן אין די סיטי?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך פאברואר 23, 2011 1:47 am

לגבי די סיטי ווייס איך נישט, אבער איינער וואס וואינט אין ניו יארק סטעיט און ער ארבעט אין ניו זשערסי פיילט ער א ניו זשערסי טעקס רעטורן און מ'באקומט אויך עפעס צוריק פון זיי.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך פאברואר 23, 2011 9:56 am

באמבאסטיש האט געשריבן:איינער וואס וואוינט אין די סיטי און ער ארבעט אין אפסטעיט, אדער פארקערט, וואוינט אין אפסטעיט און ארבעט אין די סיטי, באקומט אויך א טעקס ריפאנד פון די סיטי?

כלומר די ריפאנד וואס די סיטי טיילט, האט צו טוהן מיטן וואוינען אין די סיטי, אדער מיטן ארבעטן אין די סיטי?

האב איך געפרעגט אן אקונטענט, זאגט ער אז עס האט צו טוהן מיטן וואוינען אין די סיטי, נישט קיין חילוק וואו מען ארבעט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג ינואר 29, 2013 1:07 pm

ברויך מען האבן היי יאר האבן מער דאקומענטן ווי ביז איצט ביים פיילן טעקס רעטוירן? און אויב יא וואס ברויך מען האבן?

---
אגב; פון מארגן מיטוואך יאנואר 30 קען מען שוין פיילן.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך פאברואר 06, 2013 10:00 pm

מיין אקאונטענט האט געבעטן מיין W-2 און שוין
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג פאברואר 12, 2013 1:34 pm

היינט אריינגעקומען די פעד ריפאנד אין באנק

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג פאברואר 12, 2013 1:59 pm

שנאפס האט געשריבן:מיין אקאונטענט האט געבעטן מיין W-2 און שוין

און מיינער האט היי יאר צוגעבעטן א צעטיל וואס קאנפוירמט אז די קינדער זענען געווען מיט די עלטערן במשך די טעקס יאר (למשל פון די קינדער דאקטער וכדו').

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג פאברואר 12, 2013 2:01 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:היינט אריינגעקומען די פעד ריפאנד אין באנק

ווען האסטו געפיילט? איך האב געפיילט יאנואר 31 ועדיין לא הגיע הריטורען (געפיילט אז ס'זאל אריינקומען עלעקטראניש)

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג פאברואר 12, 2013 2:14 pm

וואס איז די נארמאלע פרייז צו צאלן פאר אן אקאינטענט צו מאכן א נישט קאמפלאצירטע טעקס ריטורן. די פרייזן לויפן פון 20 - 100 דולר.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג פאברואר 12, 2013 2:21 pm

געפיילט ביי משה אליעזר ניימאן
ווען ער האט געפיילט ווייס איך נישט
ער האט נישט געבעטן קיין שום צעטל נאר די W2
איך האב אים געגעבן די W2 פעברוערי 3
פרייז 75

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » דינסטאג פאברואר 12, 2013 3:21 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:מיין אקאונטענט האט געבעטן מיין W-2 און שוין

און מיינער האט היי יאר צוגעבעטן א צעטיל וואס קאנפוירמט אז די קינדער זענען געווען מיט די עלטערן במשך די טעקס יאר (למשל פון די קינדער דאקטער וכדו').


אויב מען אפפלייעט פאר די Earned Income Credit דארף דער Filer דאס יאר פארלאנגען א Proof of Residence פאר די Dependence וואס מ'קלעימט, אין אריינפילען אין די רעטורען וואספארא פרוף ער האט ערהאלטן.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דינסטאג פאברואר 12, 2013 3:55 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווען האסטו געפיילט? איך האב געפיילט יאנואר 31 ועדיין לא הגיע הריטורען (געפיילט אז ס'זאל אריינקומען עלעקטראניש)


אויב פיילט מען דורך e-file באקומט מען עס אביסל שנעלער, אבער סקאסט אביסל מער.
לעצט פאראכטן דורך משזר אום דינסטאג פאברואר 12, 2013 4:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » דינסטאג פאברואר 12, 2013 3:58 pm

משזר האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווען האסטו געפיילט? איך האב געפיילט יאנואר 31 ועדיין לא הגיע הריטורען (געפיילט אז ס'זאל אריינקומען עלעקטראניש)


אויב מאכט פיילט מען דורך e-file באקומט מען עס אביסל שנעלער, אבער סקאסט אביסל מער.


נאך דא וואס פיילן ביי פאפיר?

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דינסטאג פאברואר 12, 2013 4:08 pm

יעצט געפרעגט מיין אקאונטענט אין ער זאגט מיר טאקע אז סקאסט שוין נישט עקסטערע צי פיילן e-file.
לעצט פאראכטן דורך משזר אום דינסטאג פאברואר 12, 2013 4:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג פאברואר 12, 2013 4:11 pm

משזר האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווען האסטו געפיילט? איך האב געפיילט יאנואר 31 ועדיין לא הגיע הריטורען (געפיילט אז ס'זאל אריינקומען עלעקטראניש)


אויב פיילט מען דורך e-file באקומט מען עס אביסל שנעלער, אבער סקאסט אביסל מער.

נו דאס האב איך געטון, געפיילט דורך e-file און באצאלט מער, אבער דערווייל האב איך עס נאכנישט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג פאברואר 12, 2013 4:12 pm

אריינרופענדיג צו די IRS זאגן זיי אויפן מאשין אז זיי האבן עס באקומען, ס'קען אבער דויערן ביז 21 טאג.

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » דינסטאג פאברואר 12, 2013 4:42 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אריינרופענדיג צו די IRS זאגן זיי אויפן מאשין אז זיי האבן עס באקומען, ס'קען אבער דויערן ביז 21 טאג.


פ"וו קוקט איר עס נישט אויף אנליין "irs.gov "where is my refund?

די irs האט דאס יאר נישט געגעבן קיין צייט ווען עס וועלן אנקומען די ריפאנדס. זיי זאגען נאר אז עס קען נעמען פון 10 ביז 21 טעג. סא פליז ווארט געדולדיג..

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך פאברואר 13, 2013 6:43 am

געטשעקט, און ענדליך האב איך שוין א דאטום (צוויי טאג ארום)

קאפעליטש
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 3:42 pm

תגובהדורך קאפעליטש » דינסטאג פאברואר 26, 2013 12:16 pm

וויפיל איז די נארמאלע פרייז צו צאלן א אקאונטענט צו פיילן טעקס פאר א קארפ. וואס האט גארנישט געטוהן א גאנץ יאר?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג פאברואר 26, 2013 2:08 pm

נארמאל בעטן אלע אקאונטענטס בערך 500 דאלער
עצה איז צו ניצן א סעמי אקאונטענט
משה אליעזר ניימאן בעט די ביליגסטע פרייזן


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט