בלאט 1 פון 1
ביזנעס קארפארעישן
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 10, 2010 10:45 am
דורך אינגערמאן
קען מיר איינער דא אפשר ארויסהעלפן אפאר נקודות בנוגע א ביזנעס קארפארעישן. ביז יעצט האב איך געהאט מיין ביזנעס אויף מיין פריוואטע נאמען, און אצינד וויל איך עס טוישן פאר א קארפארעישן, קען מיר איינער דא ארויסהעלפן?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 2:10 pm
דורך אינגערמאן
נו, קען זיך טאקע קיינער נישט אויס?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 2:49 pm
דורך thefact
וואס ווילסטו וויסן?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 2:54 pm
דורך גראדער
אויב רעדסטו פון די טעקניקל חלק, גיי ארויף אויף
ליגל זום דארט קענסטו פאר אפאר פיאסטער מאכן א קארפארעישן, אדער גיי צו עני היימישע אקאונטענט, וואס דו וועסט ממילא דארפן צוקומען צו אים, ווייל איינמאל דו מאכסט א קארפארעישן וועסטו דארפן פיילן טעקסעס כסדר.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 2:55 pm
דורך אינגערמאן
איך וויל וויסן אפאר זאכן, אבער ערשטענס וועל איך פרעגן ווי א איד. אויב פיר איך די קארפארעישן און איך נעם ארויס לאמיר זאגן א פעיראל פון 500$ א חודש קען איך האבן אלע שטאטישע פראגרעמס - פ.ס. מעדיקעד וכדו', אפילו די קארפערעישן מאכט גרויס געלט און איך בין די בעל הבית פונעם קארפארעישן?
און בכלל קאסט געלט אויצוהאלטן א קארפערעישן? א ביזנעס אויף דיין נאמען קאסט נישט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 2:59 pm
דורך אינגערמאן
און בכלל וויל איך וויסן מוז איך בכלל נוצן אן אקאונטענט וכדו', אויב נאר איין מענטש פירט עס און באקומט באצאלט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 3:04 pm
דורך שמערי בערי
א אקאונטענט וועסטו מוזן נוצן, די טעקס סיסטעם איז שווער אליינס אנצופירן.
און בנוגע די פראגראמען, אויב האסט א C קארפארעישן קענסטו עס טון, אבער די פראבלעם איז צוויי זאכן, איינס אז דו צאלסט מער טעקסעס, צווייטנס אז דו קענסט נישט ארויס נעמען די געלט פון די ביזנעס אקאונט נאר דורך דריידלעך, און אלעס וואס בלייבט מוזטו צאלן טעקסעס, בקיצור, ס'איז א ערנסטע שאלה צו ס'לוינצעך.
אעבער א S קארפארעישאן איז פיל גרינגער אין דעם פעלד, אבער אויך שווערער צו באקומען די אלע פראגראמען.
מיין עצה: רעד דיר אדורך מיט א אקאונטענט, ער וועט דיר קענען די בעסטע העלפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 3:06 pm
דורך יוסלמאן
שששש.... נישט אלעס דארף מען רעדן הויך, וד"ל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 3:09 pm
דורך שמערי בערי
אמת, פאר דעם הייס איך, רעד דיר אדורך מיט אן אקאונטענט
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 11, 2010 3:12 pm
דורך אינגערמאן
אדרבה קען מיר איינער אפשר רעקאמאנדירן עפעס א געשמאקע אקאונטענט?
אבער פארשטייט זיך בנוסף צו די געשמאקייט זאל מיר איבערבלייבן עפעס אין טאש אויכעט... מ'דארף דאך קענען אויפנעמען די מענטשען ביים טיר יעדע נאכט...
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 9:35 am
דורך צווענגל
איך נוץ קויפמאן טעקס אין ק''י איך בין זייער צופרידן פון אים בעהט אים נאר ער זאל דיר נישט בעהטן צופיל געלט ער וועט זיך צושטעלן צו דיר
זיין נומ' איז845-783-9175
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 9:45 am
דורך אינגערמאן
איך האב שוין געהערט פון אים, אבער איך מיין אז ער איז שוין אביסעלע צו גרויס? ווי איז נאר זיין לאזונג - "ספעציעלע אויפמערקזאמקייט פאר גרעסערע פארדינער"...
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 12, 2010 1:11 pm
דורך יוסלמאן
אינגעמאן ידידי, אז די ווילסט דיר שפארן אפשר גיי צו איינער וואס האט דזשאסט אנגעהויבן, ער וועט געווענליך זיין ביליג און ער וועט זיך וועלן לערנען. לויט ווי ס'זעהט אויס רעדסטו נישט פון קיין גרויסע זאכן (בקרוב זאלסטו אוודאי האבן איטליכע מיליאן, ס'וועט נישט שאטען...) עניוועי, סאו גיב עס א טריי.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 17, 2011 9:13 pm
דורך derech eretz
ביי א C קארפארעישן איז שייך א "טעקס ריטערן" אויף די טעקס וואס די קארפארעישן צאלט אויף די געלט וואס בלייבט אין די קארפארעישן?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 17, 2011 9:20 pm
דורך וויכטיג מאכער
וואס מיינסטו ריטוירן, אז דו זאלסט צוריקבאקומען? א קארפארעישן צאלט נישט יעדע וואך קיין אינקאם טעקס, זיי צאלן פער קווארטאל, סיניש שייך צוריקצובאקומען, אויב רעדסטו פון פיילן, דאן יא, יעדע קארפערעישן מוז פיילן...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 17, 2011 10:40 pm
דורך derech eretz
יישר כח פארן שנעלען תשובה
איך האלט פארן עפענען א קארפארעישן בין איך נאך גרין אין די נושא,
ס'דא א בערך'דיגע % וויפיל טעקס א קארפארעישן דארף צאלן אדער ס'ווענט זיך אין מיליאן זאכן?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 18, 2011 10:14 am
דורך וויכטיג מאכער
וואס הייסט דו עפנסט א קארפארעישן? פארוואס עפנסטו עס? וועכע מין קארפארעישן עפנסטו, C אדער S? אויב די קארפארעישן האט עקספענסעס איז נישטא קיין טעקס, ווידער קארפארעיט טעקס איז ביינעך ביי 23 פראצענט, לאנג טוירם קעפיטאל געינס איז ביי 15 פראצענט...
איך וואלטעך געראטן אז דו זאלסט גיין צו אן אקאונטענט קאנסאלטן וואס צו טוהן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 18, 2011 3:38 pm
דורך derech eretz
כ'רעד פון א "C" (א "S" זעט נישט אויס געזונט פאר פ.ס. וכו') פאר א אנליין סטאר.
כ'וועל גיין אי"ה צו א אקאונטענט כ'וויל נאר פארשטיין אביסל פארדעם פון וואס ס'רעדט זיך. וואס מיינט אויב מהאט עקספענסעס דארף מ'נישט צאלן טעקס? אז די קארפארעישן האלט אויף א אפיס איז מען פטור פון טעקס?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 18, 2011 4:01 pm
דורך וויכטיג מאכער
אויב די קארפארעישן מאכט למשל 100 אלפים א יאר, און רענט קאסט 15 טויזענט, קאר 7 טויזענט, אפיס סופליי, מארקעטונג, און אנדערע עקספענסעס א טאוטל פון 45 טויזענט דאללער, דארפסטו נאר צאלן טעקס אויף 55 טויזענט.
א אקאונטענט וועט דיר זאגן וואס מ'קען אלץ דידאקטן, און וואס נישט, און בכלל וועכע קארפארעישן איז בעסער צו מאכן אין וועכע פאל און נאך.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 18, 2011 5:52 pm
דורך פאטאקי08
נישט קיין חילוק קיין סי אדער עס קארפ אויב האט מען עס אויף די אייגענע נאמען און עס פארדינט מער ווי מען מעג ביטע נישט נעמען אויפן זעלבען נאמען די אלע גוטע זאכען פונעם פעטער
איך בעט ענק און איך ווארן ענק
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 18, 2011 7:15 pm
דורך derech eretz
פאטאקי ביסט זיכער אז מיט א C קארפ איז א פראבלעם פאר די פעטערס מתנות ווען די קארפ מאכט אסאך געלט אפי מיין פעיראל איז קליין?
כמיין איינער האט דא ערגעץ געשריבן אז ביי א C קארפ מאכן זיי א אודיט יעדע האלבע יאר זיכער מאכן אז מנעמט נישט ארויס מער געלט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 19, 2011 1:11 am
דורך וויכטיג מאכער
ס'ווענצעך ווער ס'איז פרעזידענט, אדער שעירהאלדער, ס'ווענצעך אין אסאך זאכן, נאכאמאל, א אקאונטענט וועט דיר קענען העלפן, וליתר שאת, רעדט דיך דורך מיט א לויער וואס טוט אין שטאטישע זאכן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 23, 2011 2:29 pm
דורך פאטאקי08
דרך ארץ
אויב איז דער זעלבער מענטש דער פרעזידענט פונעם סי קארפ אין דער זעלבער מענטש נעמט פ ס טאר דער גאנצער קארפ נישט פארדינען מער וויפיל פ ס לאזט נישט קיין חילוק צי מען נעמט ארויס צי נישט