בלאט 1 פון 1

Distributor - Supplier - Wholesaler - Reseller

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 6:05 pm
דורך צווענגל
קען איינער מסביר זיין די חילוק פון די אלע ווער קויפט פון וועם און ווער איז די מידעלמען?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:08 pm
דורך שוועמל
ביזנעס טרעיד ארבעט געווענליך אין די פאלגענדע קריטעריע:

סופלייער = סופלייט רויע מאטריאל פאר א מאנופעקטשורער.
מאנופעקטשורער (אויך גערופן ברענד)= ארבייט אויס די מאטריאל צום באנוץ כדי צו קענען פארקויפן.
ריסעללער = אסך מאנופעקטשורערס פארקויפן בכלל נישט זייער סחורה נאר געבן עס גלייך פאר א ריסעללער, און יענער קען אפילו טוישן די ברענד נאמען פון די ליין. רוב מאל איז דאס אן אימפארטער.
רעפרעזענטעטיוו = רוב מאנופעקטשורערס צעשפרייטן זייער ליין דורך אינדיווידואלע רעפריזענטעטיווס, נישט מוכרח אלס.
דיסטריביוטער = איינער וואס דיעלט דירעקט מיט אסאך מאנופעקטשורערס און פארקויפט עס פאר ריטעילערס מיט א גוטן דיסקאונט.
האלסעילער = אייניג צו א דיסטריבוטער, נאר פאקוסט בעיקר צו פארקויפן "באלק קוואנטיטי" פארן ריטעילער און נישט פארן פובליק.
ריטעילער = פארקויפט אין א סטאר פאר די ענד יוזער און בעט פול פרייז.

דער טיורם דיסטריבוטער קען אויך מיינען איינער אין מארקעטינג וואס דאן פארמאגט ער נישט קיין שום סטאק נאר ענדערש אן עיזשענט וואס ארבעט אויף קאמישאן ענליך צו א רעפ.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 20, 2010 12:11 pm
דורך גימעל
איך דארף ווען אפשר עפענען א באזונדערע אשכול, אבער אז מ'רעדט שוין פון דיסטריביוטערס, וויל איך בעטן ווער ס'קען מיר ארויסהעלפן מיט הילף אין דעם ענין.

וויפיל קאסט געווענליך א דיסטריביוטער, נעמט א פראצענט, אדער א געוויסע אמאונט.
וואס הייסט א גוטע דיסטריביוטער, און צו לוינט זיך צו צאלן מער פאר איינעם וואס איז שוין לענגער אין די ליין.

ועל כולם ווי טרעפט מען א דיסטריביוטער?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 20, 2010 1:08 pm
דורך שוועמל
זיכער לוינט זיך א גוטן דיסטריבוטער פשוט ווייל ער האט א גוטן customer base צו קענען שטופן דיין סחורה.

אנהויב וועסטו דארפן געבן גוטע באנוסעס סיי פארן דיסטריבוטער און סיי פאר די קאסטומערס כדי מען זאל בכלל וועלן דיין סחורה.

הצלחה

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 20, 2010 1:35 pm
דורך גימעל
גימעל האט געשריבן: ועל כולם ווי טרעפט מען א דיסטריביוטער?


ישר כח שוועמעל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2010 1:19 am
דורך שוועמל
איך ווייס נישט וואס דיין ליין איז.

איך בין נישט אזוי באקאנט אבער יעדע ליין האט זיך איינער צוויי וואס שטייגט איבער די אנדערע דיסטריבוטערס.