בלאט 1 פון 1

עדוועטייזמענט פאר בוך - ווי אזוי?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:09 am
דורך זיס
איך בין יעצט עוסק אין א בוך, פון א לעבנ'ס געשיכטע פון א מענטש, וואס קומט ארויס אין די קומענדיגע וואכן.

אצינד דארף מען דאס עדוועטייזן, פשוט מודיע זיין דעם עולם אז עס איז דא. די שאלה איז נאר ווי אזוי?

אין וועלכע פלעצער לוינט זיך צו עדוועטייזן אזא זאך? - ווי אזוי עדוועטייזט מען עס? - וואס דארף מען פונקטליך טון?

איז פאראן אזא זאך ווי א מומחה אויף עדוועטייזמענט וואס מען קען אנפרעגן איבער די ענינים? - איז פאראן אזלעכע וואס טוען דערין?

ביטע לאזט זיך הערן!

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:46 am
דורך צום זאך
די הייסע ליניע "קול מבשר" האט זיך אין לעצטע צייט ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א סוקסעספולע אדווערטייזינג מיטל.

נ.ב. פארשטייט זיך אז די אדווערטייזטע פראדוקט דארף אויך ציען אינטרעסטע ביי די קונדן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:49 am
דורך פריילאך
א שיינע באשרייבונג דא אין קרעטשמע, וועט זיכער ברענגען קונדען.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:55 am
דורך שוועמל
עדווערטייזען איז געוואנדן אין די קונדן וואו אהין דו ציהלסט (אודיענס).

אויב זוכסטו די לומדים וועט קול מבשר\שאפערס רוט נישט זיין קיין אפציע.
אויב זוכסטו קינדער, מאמעס וועט די ביהמד צעטלעך נישט זיין קיין אפציע.
אויב זוכסטו בחורים הענג אין ישיבות. (מעות קדימה, איינער געדענקט נאך די צייטן..?)
אויב זוכסטו טאטעס אדווערטייז אויף אייוועלט וכדומה, צייטונגען.
אויב זוכסטו אלע, לייג אוועק א שיינע מטבע בלויז פאר אדווערטייזן.

כ'אף דו פארשטייסט מיין פאוינט.

הצלחה

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 1:12 pm
דורך וויכטיג מאכער
שוועמל, גוט ארויסגעברענגט...

יעדער האט זיך זיין פלאץ.

איין זאך, קול מבשר, ברענגט די שטערקסטע רעזולטאטן!

אייוועלט, האט 12,000 "יוניק" איי פי אדרעסן א חודש, און ס'וואקסט...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 7:01 pm
דורך פוילישער
שוועמל האט געשריבן:עדווערטייזען איז געוואנדן אין די קונדן וואו אהין דו ציהלסט (אודיענס).

אויב זוכסטו די לומדים וועט קול מבשר\שאפערס רוט נישט זיין קיין אפציע.
אויב זוכסטו קינדער, מאמעס וועט די ביהמד צעטלעך נישט זיין קיין אפציע.
אויב זוכסטו בחורים הענג אין ישיבות. (מעות קדימה, איינער געדענקט נאך די צייטן..?)
אויב זוכסטו טאטעס אדווערטייז אויף אייוועלט וכדומה, צייטונגען.
אויב זוכסטו אלע, לייג אוועק א שיינע מטבע בלויז פאר אדווערטייזן.

כ'אף דו פארשטייסט מיין פאוינט.

הצלחה


איז דען קול מבשר מיט שאפערס רוט אויף די זעלבע לעוועל?