פראקטיש האט געשריבן:ווייל נישט מיך האט געשריבן:פראקטיש האט געשריבן:ווייל נישט מיך האט געשריבן:איו קורצן
איך בין איינע פין די לידערס אין די ביזנעס
פין מיין זייט אין פין מיין בעל הבית זייט איז עס ממש א מחי!! נישט צי גלייבן וואס דאס קען טוישן!!
פין די וואס זענען אינטער מיר איז אזוי, די גוים האבן עס זייער זייער ליב, 2 אידן האבן עס ב"ה אויך גאר ליב, נאר איינער מאכט אים עס גאר שווער (ווייל ער דארף ארבעטן שווערער צילוב איך פאלאי קלאס וואס ער טיהט)
איין זאך נאר צווישן אלע דיפארטמענטס פעלט אביסל קאמיוניקאציע אבער איך פיל ווי דאס ווערט ב"ה אויך מסודר
פון וויפיל ארבייטער באשטייט די פירמע?
Around 200
איך האב א הרגש אז אין גרעסערע קאמפאניס טוט דאס מער אויף ווייל אסאך פון די מיטלען זענען שוין לאנג געווען איינגעפעדעמט אומוועסנדיג, ס'ווערט פשוט בעסער און קלארער.
אזוי אויך ביי קלענערע קאמפאניס האבן די ארבייטער מער א "קואזי" קשר מיטן בעה"ב וואס מאכט סיי וועלכע טויש אומבאקוועם און גאר שרעקעדיג, משא"כ ביי גרעסערע.
איך מיין אז ווער ס'קאמענטירט מיט פערזענליכע ערפארונג זאל צולייגן וויפיל ארבייטער די פירמע האט פארמאגט ווען EOS איז אריינגעקומען.
בקיצור ווי עס שיינט זענט איר א EOS אימפלאמענטער און ווי א געניטע סעילסמאן טרייט איר צי דיפענדען אייער פראדוקט..
למעשה זענען דא צענדליגע ארבעטער וואס סיי זיי האסן עס און סיי זיי האלטן אז זייער בעל הבית איז צו פאר'כישופ'ט צו אנזעהן די מציאות, טיילמאל וועלן די לידערשיפ אויך זיין קעגן דעם בעל הבית נאר מחמת זיין פאר'כישופטקייט גייען זיי דעס האלטן און בויך.
איך האב לעצטענס געכאפט א שמועס מיט א בעל הבית וואס האט פאלוירן א גרויסע חלק פון זיין לידערשיפ אדאנק דעם EOS סיסטעם און אים געפרעגט פארוואס ער האלט אז דעס געשעהט, וואס מיינט איר איז געווען זיין תירוץ? עס האט גארנישט מיט דעם איינגעשטויסן! משה איז געגאנגען ווייל ער האט געוואלט עפענען אליין, חיים ווייל ער האט געמופט, זרח ווייל ער קען נישט ארבעטען אין א בעיסמענט, און דודי איז סתם א משוגענער..
הצד השוה שבהן, קען זיין אלע תירוצים איז אמת אבער ווען נישט זייער בעל הבית וואלט געווען אזוי פאר'כישופ'ט וואלטן זיי נאך דארט געווען..
אויב אן ארבעטער איז העפי מיט זיין פלאץ און זיין דשאב גייט ער איבערקומען אלע שוועריקייטן אויב אבער פילט ער ווי די גאנצע פלאץ פאלירט די הארץ און נשמה וועט ער טרעפען נאך 15 תירוצים צי וועלן פוצן פון דארט, און ווילאנג ער איז נאך יא דארט גייט ער נישט טוהן זיין ארבעט בשלימות מיט די גאנצע הארץ, אזוי אז די בעל הבית האט שוין טאקע א גוטע תירוץ פארוואס ער איז געגאנגען..
עס איז זייער גוט צי האבן א סיסטעם אבער נאך אלעם דארף עס זיין מיט הארץ און נשמה, EOS נעמט דעס אוועק און שטעלט אריין א ראבאטישע סיסטעם און אויסטויש.