אשכול כללי: עמעזאן הילף - Amazon Help

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
אייזענער קאפ
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 17, 2018 11:54 pm

תגובהדורך אייזענער קאפ » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:22 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:
אייזענער קאפ האט געשריבן:
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:בנוגע סירטש טערמס

אויב פארקויף איך שוך למשל, וויאזוי דארף מען לייגן אזוי?

שוך, שווארצע שוך, מענער שווארצע שוך, שוואצע מענער שוך וכו'?

אדער איינמאל, שווארצע מענער שוך איז גענוג ס'זאל ארויסקומען ביי די אלע קי ווארדס וואס מענטשן זוכן?

דארף מען לייגן קאמעס?

שוך, שווארצע שוך, מענער שווארצע שוך, שוואצע מענער שוך וכו!!!!!!

zevUP האט געשריבן:
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:בנוגע סירטש טערמס

אויב פארקויף איך שוך למשל, וויאזוי דארף מען לייגן אזוי?

שוך, שווארצע שוך, מענער שווארצע שוך, שוואצע מענער שוך וכו'?

אדער איינמאל, שווארצע מענער שוך איז גענוג ס'זאל ארויסקומען ביי די אלע קי ווארדס וואס מענטשן זוכן?

דארף מען לייגן קאמעס?

ענטפער: דארף נישט איבערחזר'ן וועטרער און נישט לייגן קאמעס - דאס נוצט אויס דיין קיווארדס לימטיס

ווער איז גערעכט????????????????

קיק ווער סאיז ערשטע פעיזש
אז מ'טוט גוט - און מ'טראכט גוט - וועט זיין גוט

חיים אלכסנדר
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:43 pm

למעשה, וויפיל רעכענסטו פאר די שווארצע מענער שיך שווארצע מענער?

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:21 pm

וואס איז די מעלות און וואס די חסרונות צו זיין אויפגעסיינט מיט FBA Small and Light Program ?

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:56 pm

אייזענער קאפ האט געשריבן:קיק ווער סאיז ערשטע פעיזש

פון ווי ווייס איך וואס יענער האט אריינגעלייגט ביי די סירטש טערמס?

חיים אלכסנדר האט געשריבן:למעשה, וויפיל רעכענסטו פאר די שווארצע מענער שיך שווארצע מענער?

זאג נישט פאר קיינעם אבער עכט איזעס רויטע שוך..

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 3:14 pm

אינטערעסאנט אז אין די טייטל זעה איך צומאל א אינטערעסאנטע אויסלייג כזה.
שיך, מענערישע, שווארץ, שטעק, פאר וואכן, שבת, וכו.
ברענגט דאס מער ווייל די עיקר ליגט פון אנפאנג?
אפיציעל הייסט עס אז איבערלייגן ווערטער מאכט נישט אויס איינמאל עס שטייט שוין, אין די טייטל ליכט מען נישט איבער אבער אין די סירטש קיס אויב איז דא איבריגע לייגט מען יא.

השמש
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:18 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:
אייזענער קאפ האט געשריבן:קיק ווער סאיז ערשטע פעיזש

פון ווי ווייס איך וואס יענער האט אריינגעלייגט ביי די סירטש טערמס?

helium 10
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

השמש
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:25 pm

מיין קאמפעטישאן פארקויפט טייערער ווי מיר אבער ער האט Discount Provided by Amazon
וואס מיין דאס ??
א צווייטע עי-סין
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:22 pm

תגובהדורך אפשר דאך? » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:19 pm

יצחק ברוך האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אין די טייטל זעה איך צומאל א אינטערעסאנטע אויסלייג כזה.
שיך, מענערישע, שווארץ, שטעק, פאר וואכן, שבת, וכו.
ברענגט דאס מער ווייל די עיקר ליגט פון אנפאנג?
אפיציעל הייסט עס אז איבערלייגן ווערטער מאכט נישט אויס איינמאל עס שטייט שוין, אין די טייטל ליכט מען נישט איבער אבער אין די סירטש קיס אויב איז דא איבריגע לייגט מען יא.

איז אזוי. הלכות עמעזאן קיווארדס ו'סיערטש טערמס והמסתעף.

קודם, די חילוק צווישן א קיווארד אין א סיערטש טערם.
שיך איז א קיווארד, שווארצע איז א קיווארד, מענערישע איז א קיווארד, בענדלעך איז א קיווארד, שיינע איז א קיווארד, וכדומה
שווארצע שיך איז א סיערטש טערם, שווארצע בענדל שיך איז א סיערטש טערם, שווארצע מענערישע בענדל שיך איז א סיערטש טערם, וכו'

וואס איז די חילוק?
די קיווארדס איז נישט קיין אויסלייג וואס מענטשן זוכן, ס'איז אבער וויכטיגע ווערטער וואס זענען געווענליך א חלק פון די ווערטער אויסלייג וואס א מענטש זוכט. משא"כ סיערטש טערמס איז די פונקטליכע פראז וואס א מענטש זוכט.

יעצט לגבי אינדעקסינג.
אז מ'לייגט בלויז קיווארדס וועט עס אינדעקסן פאר אלע קיווארדס אינדיווידועל, אין ס'וועט עווענטועל מאכן א מיקס ענד מעטש אין אינדעקסן פאר אלע פראזן וואס די סיסטעם וועט אויפכאפן אלס רעלעוואנט איבער די צייט.
אבער אויב לייגט מען לכתחילה די אויסלייג פון די פראזן (סיערטש טערמס) "דארף" עס גראד אויפכאפן די פראז אלס רעלעוואנט אין אינדעקסן פאר די פראז דירעקטלי.

קיווארד אפטיילונג אין די בעק ענד.
די קיווארדס אפטיילונג אין די בעק ענד, ארבעט אויף אן אופן אז ס'כאפט אויף "ווערטער (קיווארדס)" אינדיווידועל, אין ס'ווערט געאינדעקסט אויף דיזע ווערטער, ס'כאפט בכלל נישט אויף די וועג וויאזוי ס'איז אויסגעלייגט אלס פראזען (סיערטש טערמס). במילא איז אשאד צו שרייבן 2 מאל די זעלבע ווארט אין אן אנדערע פראז אויסלייג, אין ס'איז אשאד צו לייגן קאממע'ס. ווייל פראזן זענען נישט מעלה אין מוריד, ער כאפט נאר ווערטער, במילא מאך זיכער אריינצושטופן וואס מער "ווערטער" (קיווארדס).

טייטל /Title.
די טייטל כאפט יא אויף "פראזן (סיערטש טערמס)" במילא מאכט די ווערטער אויסלייג אסאך אויס, אין במילא דארף מען דווקא יא איבערשרייבן ווערטער ווי ס'פעלט זיך אויס. ווי למשל: שווארצע מענערישע שיך - די בעסטע בענדל שיך פאר מענער - שטארקע מענערישע שיך - וכו' וכו'. פארוואס? ווייל ס'כאפט גראד אויף די ווערטער אויסלייג פון די פראז אין ס'ווערט געאינדעקסט נישט נאר אױף די "ווארט (קיווארד)" נאר אויך אויף די "פראז (סיערטש טערם)" אין דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר א ליסטינג, ווייל ס'דארף ארויפקומען אויף אלע גוטע מינע פראזן וואס מענטשן זוכן.

מ'פארשטייט? איך האף אזוי... איר האט א טובת הנאה דערפון? איך האף אזוי.... דאס איז אויפן שפיץ גאפל די בעיסיקס. מ'קען נאך גיין היפש טיפער אין די נושא

אוועטאר
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:22 pm

תגובהדורך אפשר דאך? » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:23 pm

חיים אלכסנדר האט געשריבן:למעשה, וויפיל רעכענסטו פאר די שווארצע מענער שיך שווארצע מענער?

אין מיין עקספיריענס איז עס בלויז חסרונות נארמאלערהייט...
די אפיציעלע מעלה איז אז די FBA fees זענען ביליגער. אבער ס'איז באמת ביליגער מיט באבקעס.. קנאפע פאר צענט.. אין לכבוד דעם פארלירסטו 2 day shipping פאר prime members. אין ס'קומט צו מאדנע גיידליינס וויאזוי צו פאקן די סחורה פאר FBA

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:33 pm

שכח @אפשר דאך

אדרבא זייט מער מאריך, לאז אידן הנאה האבן.
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:39 pm

אפשר דאך? האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אין די טייטל זעה איך צומאל א אינטערעסאנטע אויסלייג כזה.
שיך, מענערישע, שווארץ, שטעק, פאר וואכן, שבת, וכו.
ברענגט דאס מער ווייל די עיקר ליגט פון אנפאנג?
אפיציעל הייסט עס אז איבערלייגן ווערטער מאכט נישט אויס איינמאל עס שטייט שוין, אין די טייטל ליכט מען נישט איבער אבער אין די סירטש קיס אויב איז דא איבריגע לייגט מען יא.

איז אזוי. הלכות עמעזאן קיווארדס ו'סיערטש טערמס והמסתעף.

קודם, די חילוק צווישן א קיווארד אין א סיערטש טערם.
שיך איז א קיווארד, שווארצע איז א קיווארד, מענערישע איז א קיווארד, בענדלעך איז א קיווארד, שיינע איז א קיווארד, וכדומה
שווארצע שיך איז א סיערטש טערם, שווארצע בענדל שיך איז א סיערטש טערם, שווארצע מענערישע בענדל שיך איז א סיערטש טערם, וכו'

וואס איז די חילוק?
די קיווארדס איז נישט קיין אויסלייג וואס מענטשן זוכן, ס'איז אבער וויכטיגע ווערטער וואס זענען געווענליך א חלק פון די ווערטער אויסלייג וואס א מענטש זוכט. משא"כ סיערטש טערמס איז די פונקטליכע פראז וואס א מענטש זוכט.

יעצט לגבי אינדעקסינג.
אז מ'לייגט בלויז קיווארדס וועט עס אינדעקסן פאר אלע קיווארדס אינדיווידועל, אין ס'וועט עווענטועל מאכן א מיקס ענד מעטש אין אינדעקסן פאר אלע פראזן וואס די סיסטעם וועט אויפכאפן אלס רעלעוואנט איבער די צייט.
אבער אויב לייגט מען לכתחילה די אויסלייג פון די פראזן (סיערטש טערמס) "דארף" עס גראד אויפכאפן די פראז אלס רעלעוואנט אין אינדעקסן פאר די פראז דירעקטלי.

קיווארד אפטיילונג אין די בעק ענד.
די קיווארדס אפטיילונג אין די בעק ענד, ארבעט אויף אן אופן אז ס'כאפט אויף "ווערטער (קיווארדס)" אינדיווידועל, אין ס'ווערט געאינדעקסט אויף דיזע ווערטער, ס'כאפט בכלל נישט אויף די וועג וויאזוי ס'איז אויסגעלייגט אלס פראזען (סיערטש טערמס). במילא איז אשאד צו שרייבן 2 מאל די זעלבע ווארט אין אן אנדערע פראז אויסלייג, אין ס'איז אשאד צו לייגן קאממע'ס. ווייל פראזן זענען נישט מעלה אין מוריד, ער כאפט נאר ווערטער, במילא מאך זיכער אריינצושטופן וואס מער "ווערטער" (קיווארדס).

טייטל /Title.
די טייטל כאפט יא אויף "פראזן (סיערטש טערמס)" במילא מאכט די ווערטער אויסלייג אסאך אויס, אין במילא דארף מען דווקא יא איבערשרייבן ווערטער ווי ס'פעלט זיך אויס. ווי למשל: שווארצע מענערישע שיך - די בעסטע בענדל שיך פאר מענער - שטארקע מענערישע שיך - וכו' וכו'. פארוואס? ווייל ס'כאפט גראד אויף די ווערטער אויסלייג פון די פראז אין ס'ווערט געאינדעקסט נישט נאר אױף די "ווארט (קיווארד)" נאר אויך אויף די "פראז (סיערטש טערם)" אין דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר א ליסטינג, ווייל ס'דארף ארויפקומען אויף אלע גוטע מינע פראזן וואס מענטשן זוכן.

מ'פארשטייט? איך האף אזוי... איר האט א טובת הנאה דערפון? איך האף אזוי.... דאס איז אויפן שפיץ גאפל די בעיסיקס. מ'קען נאך גיין היפש טיפער אין די נושא

הערליך און קלאר.
ייש''כ

לגבי וואס דו זאגסט אז בעק ענד קיווארד אפטיילונג כאפט סייווי אלעס נאר אויף אלס קיווארדס, און א קאממע מאכט סיווי נישט אויס. מהיכן דנתנו? איך ווייס אז עמעזאן ''רעקאמענדירט' נישט צו לייגן קאממעס בלא בלא בלא, אבער מיר ווייסן דאך אז זיי זאגן נישט אייביג דעם אמת קלאר.

ביזטו איבערגעצייגט דורכ'ן עס זעהן אליין אדער וואס?
און דאס וואס וואס דו זאגסט לגבי פראזן אין די טייטל, ביזט טאקע זיכער אין דעם אדער נאר 60% זיכער?

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אוגוסט 19, 2018 4:35 pm

השמש האט געשריבן:מיין קאמפעטישאן פארקויפט טייערער ווי מיר אבער ער האט Discount Provided by Amazon
וואס מיין דאס ??
א צווייטע עי-סין

Amazon קען צומאל מחליט זיין צו געבן א דיסקאנט פאר א איינעם און זיי באצאלן די סעיל פרייז

ווייס איך פון איינער וואס האט געהעכערט די פרייז פון זיין איינעם און סעילס זענען געפאלן האט אים אמעזון געגעבן אזא דיעל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

SUBJECT MATTER

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 10:36 am

לייגט אריין קיווארדס אויך ביי SUBJECT MATTER, קודם האט איר נאך 250 קערעקטערס ספעיס, און אויך הייסט אז קיווארדס ביי SUBJECT MATTER ווערן צומאל שנעלער INDEXED ווי אין SEARCH TERMS.

אוועטאר
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:22 pm

תגובהדורך אפשר דאך? » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:36 pm

)
לעצט פאראכטן דורך אפשר דאך? אום מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:22 pm

תגובהדורך אפשר דאך? » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:36 pm

derech eretz האט געשריבן:לייגט אריין קיווארדס אויך ביי SUBJECT MATTER, קודם האט איר נאך 250 קערעקטערס ספעיס, און אויך הייסט אז קיווארדס ביי SUBJECT MATTER ווערן צומאל שנעלער INDEXED ווי אין SEARCH TERMS.

אמת. עס הייסט די שטערקסטע נאך די טייטל. ווי אויך די אופן ווי עס ארבעט איז אזוי ווי מיט די טייטל. עס כאפט אויף פראזן. (עיין לעיל)

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:06 pm

יאנקל האט געשריבן:וואס איז די מעלות און וואס די חסרונות צו זיין אויפגעסיינט מיט FBA Small and Light Program ?

קען איינער העלפן ?

פעשען
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 6:01 pm

יאנקל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:וואס איז די מעלות און וואס די חסרונות צו זיין אויפגעסיינט מיט FBA Small and Light Program ?

קען איינער העלפן ?

אפשר דאך? האט געשריבן:אין מיין עקספיריענס איז עס בלויז חסרונות נארמאלערהייט...
די אפיציעלע מעלה איז אז די FBA fees זענען ביליגער. אבער ס'איז באמת ביליגער מיט באבקעס.. קנאפע פאר צענט.. אין לכבוד דעם פארלירסטו 2 day shipping פאר prime members. אין ס'קומט צו מאדנע גיידליינס וויאזוי צו פאקן די סחורה פאר FBA

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 6:56 pm

פעשען האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:וואס איז די מעלות און וואס די חסרונות צו זיין אויפגעסיינט מיט FBA Small and Light Program ?

קען איינער העלפן ?

אפשר דאך? האט געשריבן:אין מיין עקספיריענס איז עס בלויז חסרונות נארמאלערהייט...
די אפיציעלע מעלה איז אז די FBA fees זענען ביליגער. אבער ס'איז באמת ביליגער מיט באבקעס.. קנאפע פאר צענט.. אין לכבוד דעם פארלירסטו 2 day shipping פאר prime members. אין ס'קומט צו מאדנע גיידליינס וויאזוי צו פאקן די סחורה פאר FBA

אקעי שכוח פארן ענטפערן

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:24 pm

צו זיין אינדעקסט פאר קיווארדס דארף מען זיין רעלעוואנט פאר די קיווארדס, די וועג צו באקומען רעלעווענט פאר א קיווארד איז דיין CTR פאר די ספעסיפיק קיווארד.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 7:31 pm

וואס לוינט זיך ענדערש צו נוצען manufacturer barcode אדער Amazon Barcode (פאר זאכן וואס לכאורה וועט מען סייווי דארפן לייגן א לעבל) ?
מעלות און חסרונות פון ביידע ?

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 11:45 pm

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:צו זיין אינדעקסט פאר קיווארדס דארף מען זיין רעלעוואנט פאר די קיווארדס, די וועג צו באקומען רעלעווענט פאר א קיווארד איז דיין CTR פאר די ספעסיפיק קיווארד.

נאר איך האב נישט פארשטאנען וואס דא שטייט?

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 1:30 am

וואס האסטו נישט פארשטאנען?

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:00 am

יאנקל האט געשריבן:וואס לוינט זיך ענדערש צו נוצען manufacturer barcode אדער Amazon Barcode (פאר זאכן וואס לכאורה וועט מען סייווי דארפן לייגן א לעבל) ?
מעלות און חסרונות פון ביידע ?

Amazon Barcode מיינט פאר זאכן וואס ברויכן א לעבל ניצט מען די בארקאוד וואס אמאזאון געט אין manufacturer barcode מיינט פאר זאכן וואס ברויכען נישט קיין לעבל ניצט מען די ארגינעלע בארקאוד

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:51 am

שמערלער האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:וואס לוינט זיך ענדערש צו נוצען manufacturer barcode אדער Amazon Barcode (פאר זאכן וואס לכאורה וועט מען סייווי דארפן לייגן א לעבל) ?
מעלות און חסרונות פון ביידע ?

Amazon Barcode מיינט פאר זאכן וואס ברויכן א לעבל ניצט מען די בארקאוד וואס אמאזאון געט אין manufacturer barcode מיינט פאר זאכן וואס ברויכען נישט קיין לעבל ניצט מען די ארגינעלע בארקאוד

דאס פארשטיי איך, אבער עס איז דא אסאך מאל וואס מען דארף סייווי לייגן א לעבל ווי למשל זאכן וואס מען דארף אריינלייגן אין א פאליבעג, וואס לוינט זיך דעמאלטס צו לייגן ?
אפשר דארף מען טאקע נישט איבעלייגן א נייע לעבל נאר טאמער עס איז אין באבל רעפ וואס דעמאלטס קען מען נישט ליינען געהעריג די manufacturer barcode ?

צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יעקב נפתלי רזב, פיצי קעפעלע און 7 געסט