לכו ותפרנסו - ריעל עסטעיט פרנסות

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

לכו ותפרנסו - ריעל עסטעיט פרנסות

תגובהדורך עצה געזוכט » מיטוואך ינואר 20, 2016 9:52 pm

איך וויל שוין לאנג, און לעצטענס נאכמער, זיך אריינלייגן אין געוויסע חלקים פון ריעל עסטעיט.

וואס עס ציט מיך אצינד און זעט אויס גאנץ גוט, סיי אלס עס שטימט מיט מיין סקעדזשול און סיי אז איך גלייב סדא א מעגליכקייט זיך עס צו לערנען אן גיין אין א קאלעדזש, איז ריעל עסטעיט appraiser.

אויב האט איינער באקאנטשאפט אויב סלוינט זיך אריינצוגיין אין דעם ליין (דימענד אויף דעם), און אויך וויפיל מצאלט אויף דעם (סעלערי), און ווי מקען זיך עס לערנען, ביטע רעספאנדן צו דעם אשכול.

ייש"כ

נ.ב.
איך טראכט אז די אשכול זאל סתם אזוי דינען אלס א בימה ווי מזאל קענען אויסשמועסן אלע חלקים פון ריעל עסטעיט וואס א היימישע יונגערמאן וואלט זיך געקענט לערנען, און אזוי פארדינען אביסל. ייש"כ

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » מיטוואך ינואר 20, 2016 9:56 pm

אזוי אויך אויב איינער קען פארברייטערן דעם נושא וואס עס גייט אלץ אריין אין appraiser איז געבעטן ארויפצוקומען

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מיטוואך ינואר 20, 2016 10:31 pm

איך האב אביסל געטוהן אין דעם, מ'קען מצליח זיין אבער ס'איז ביטער שווערע ארבעט מיט משוגענע פּרעשער.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » מיטוואך ינואר 20, 2016 11:16 pm

נו אפשר קענסטו געבן אביסל איפארמעישן:

1) איז בכלל דא א דימענד אויף דעם?

2)וואס איז די ארבעט אבאוט?

3)וויפיל געלט קען מען פארדינען א חודש, א יאר?

4)וואו קען מען זיך עס לערנען?

ייש"כ

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מיטוואך ינואר 20, 2016 11:55 pm

נישט קיין גרויסע דימענד. ס'ארבּעט בּעסיקלי אז די בּענק געבּן ארויס די ארבּעט צו גרויסע קאמפּאניס גערופן AMC און זיי שאפּן ארום פאר אן Appraiser וואס גיט די בּיליגסטע פּרייז און די שנעלסטע טורן טיים. א דשזאבּ נעמט בּערך 7-8 שעה אריינגערעכנט דאס אראפּגיין צי די פּראפּערטי און אויפטייפּן א ריפּארט, די עוורידשׁ פי וואס די בּאקומסט איז 350. דערנאך הייבּט זיך אן די פּרעשער. זיי האלטן דיך אין איין קאלן אדער אימעילן ווי דו האלסט און אך און וויי אז דו שיקסט נישט אריין דיין ארבּעט בּיי די צייט וואס די האסט געגעבּן, דאמאלסט קענסטו פארגעסן צו בּאקומען נאך ארבּעט פון זיי.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 12:05 am

ווי אויך דארף מען קענען שרייבּן און רעדן א גוטע ענגליש, און מדארף האבן גוטע Communication Skills
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובהדורך אינוועסטער » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 12:22 am

ווי אויך דארף מען פארשטיין די נושא...

עפרעיזן א הויז/בילדינג נעמט אריין פארשטיין די מארקעט, פארשטיין וואס מאכט א הויז מער ווערט אדער ווייניגער ווערט, א.א.וו.

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 12:43 am

איך קען גראדע 2 היימישע יונגעלייט appraiser וואס זענען שיין מצליח און עס קוקט נישט אויס ווי סיי ארבייטן זיך איבער, און זייער ענגליש איז אויך נישט ווער ווייסט וואס.
קען זיין עס האט צו טון וויאזוי מען סעט זיך אויף, אולי.

נעמט דיר אריין א כלל אין כמעט יעדע נושא קען מען מצליח זיין, און דאס וואס איינער האט נישט מצליח געווען זאגט גארנישט אויף דיר, יתכן דו ביסט מער געאייגענט דערפאר.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 1:02 am

איך קען א יונגערמאן מיט זיין ווייבּ וואס זענען לעצטענס אריין אין appraisal און זיי זענען שיין מצליח, ער טוט די אינדרויסן ארבּעט און זי טוט די שרייבּן ארבּעט וואס בּאמת איז עס א דזשאבּ וואס איז מער געאייגענט פאר א פרוי. אבער נאך אלעם ווייס איך נישט צי סלוינט, מקען פארדינען טאפּס $70,000 א יאר. עיין גוגל
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

commercial mortgage broker

תגובהדורך שמש » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 1:32 pm

ערשטענס וויל איך מיר באדאנקען פארן עפענען די אשקול.
איך האב אויך לעצטענס געטראכט אריינציגיין אין רעיל עסטעט למעשה קיקט מיר אויס די בעסטע (פאר מיר) צי גייין אין קאמערשל מארגיטשעס, איך וואלט געוואלט הערן פין איינער וואס טיט עס די מעלות אין חסרונות אדער איז מיר גרייט צי העלפן,
יישר כח

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 1:45 pm

רעזידענשאל אדער קאממערשאל מארטגעדזש איז אזוי ווי פארקויפן א חפץ פאר די געשעפטן אדער פארקויפן נאר צו די דיסטריביוטער,

צו דו גייסט מאכן קליין געלט אסאל מאל פון אסאך קלאזינג'ס אדער אסאך געלט פון איינצעלנערע קלאוזינג'ס.

ווי פארשטענדליך, סערווירן קאמערשאל מארטגעדזשעס, דארפסטו טרעפן ביזנעס לייט, וואס בדרך כלל זענען זיי מענטשן "אין די ליין" פון נעמען מארטגעדשעס און אפשר גאר עטליכע פער יאר, ווייל זיי פירן אן עטליכע פראיעקטן,

בעת סערווירן די רעזינדשאל קענסטו פארקויפן פאר יעדן וואס ברויך א הויז צום לעבן אפילו נאר איינמאל בימי חייו.

מען קען אנהויבן איינוועגס, און זיך אריינדרייען אין ביידע.

די רעזינדענשאל קענען אמאל ווארטן ביז דו קראצט זיך אויס, בעת די קאממערשאל ווילן זעהן גאאאאר שנעלע רעזולטאטן.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 3:07 pm

ווייסטו וויאזי עס איז גיט אנצהייבן??
ווי קען מען זיך לערנען דערוועגען? אפשר online ?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 3:21 pm

#אלערט טוישן קעפל
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 4:04 pm

יאפ, איך האלט אויך די קעפל דארף געטוישט ווערן לאמיר זאגן צו "ריעל עסטעיט פרנסה געלעגנהייטן", וואו עס קען ווערן אויסגעשמועסט אלע איינצעלהייטן וואס א יונגערמאן קען זיך לערנען אין ריעל עסטעיט, דהיינו ווי אנגעהויבן מיט עפרעיזער, מארגעטשעס, האום אינספעקטער, בראוקער, און אוודאי אנצוהייבן אריינטאנצען ביסלעכווייז אין דער ליין פון קויפן "א קליינע" אינוועסטמענט אויף אמאל, וואו מקען באקומען פון דער באנק סרוב פון דאס געלט וואס מען דארף אבער דאס באלאנגט שוין אפשר צו אן אנדער אשכול.

איינער האט נאך איידיעס?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג ינואר 22, 2016 12:39 am

ווייסט איינער צו ס'דא אידישע סערוועיארס??? (מלשון survey בלע''ז)
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 22, 2016 12:55 am

הרב סיני הלברשטאם טוט אין לענד סורוועיער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » פרייטאג ינואר 22, 2016 1:25 am

ב"ה געטוישט קעפל. האפנטליך וועט די אשכול זיך מער פארבעסערן. ווער סהאט עקספיריענס אין ריעל עסטעיט פרנסות איז געבעטן צו קאמעטן.

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » פרייטאג ינואר 22, 2016 1:33 am

יאצמעך האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'דא אידישע סערוועיארס??? (מלשון survey בלע''ז)

לאמיר קלאר מאכן וואס דאס איז, דעיס איז איינער וואס מעסט אפ א לאַט - ווי גרויס סאיז.
ריכטיג?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג ינואר 22, 2016 2:04 am

עצה געזוכט האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'דא אידישע סערוועיארס??? (מלשון survey בלע''ז)

לאמיר קלאר מאכן וואס דאס איז, דעיס איז איינער וואס מעסט אפ א לאַט - ווי גרויס סאיז.
ריכטיג?

אויך, און נאך
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

שטארקע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » פרייטאג ינואר 22, 2016 9:38 am

איך האב גראדע געטראכט לעצטענס פון עפענען א מענעדזשמענט קאמפאני. יעצט אזוי ווי איך זעה לעצטענס וואקסן ארויס אסאך נייע מענעדזשמענט קאמפאניס האב איך א קשיא. דעיס אז עס איז דא אזוי סאך איז א סימן אז מ'קען מאכן שיין געלט אדער טאקע ווייל עס איז דא אזוי סאך מיינט עס אז מדארף שוין נישט נאך!!

אויב איינער ווייסט אביסל מער אין דעם ליין אויב קען ער מיר ענפערן

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » פרייטאג ינואר 22, 2016 1:01 pm

שטארקע חסיד האט געברענגט נאך א געדאנק פון אריינטאנצען אין מענעדזשמענט, ייש"כ

האט איינער עקספיריענס אין מענעדזשמענט?

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » פרייטאג ינואר 22, 2016 1:02 pm

יאצמעך האט געשריבן:
עצה געזוכט האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'דא אידישע סערוועיארס??? (מלשון survey בלע''ז)

לאמיר קלאר מאכן וואס דאס איז, דעיס איז איינער וואס מעסט אפ א לאַט - ווי גרויס סאיז.
ריכטיג?

אויך, און נאך


בערך וויפיל קען מען ארויסקומען א חודש \ יאר?

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג ינואר 24, 2016 1:33 am

עצה געזוכט האט געשריבן:שטארקע חסיד האט געברענגט נאך א געדאנק פון אריינטאנצען אין מענעדזשמענט, ייש"כ

האט איינער עקספיריענס אין מענעדזשמענט?

געהערט אז מ'קען מאכן שיין געלט אבער ס'איז א 24/7 דשאב עכ''פ ביז מ'איז עכט גוט אויפגעסעט

איינער מיט עקספיריענס ווערט געבעטן צו נעמען דאס ווארט, מ'האמער דא מער שואלים ווי משיבים :-(
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

עצה געזוכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:28 pm

תגובהדורך עצה געזוכט » דינסטאג ינואר 26, 2016 9:25 pm

יאצמעך האט געשריבן:
עצה געזוכט האט געשריבן:שטארקע חסיד האט געברענגט נאך א געדאנק פון אריינטאנצען אין מענעדזשמענט, ייש"כ

האט איינער עקספיריענס אין מענעדזשמענט?

געהערט אז מ'קען מאכן שיין געלט אבער ס'איז א 24/7 דשאב עכ''פ ביז מ'איז עכט גוט אויפגעסעט

איינער מיט עקספיריענס ווערט געבעטן צו נעמען דאס ווארט, מ'האמער דא מער שואלים ווי משיבים :-(


יא כמיין אויך אז דעיס איז דא די פראבלעם, ממוז מיר האבן מער מענטשן מיט עקספיריענס דא - אפשר דארף מען פשוט אהער קאנעקטן אפאר יונה לונגער'ס וואס זענען גרייט צו ארויסהעלפן די עולם בלבם הזהב? !

עניבאדי וויט העלפ פליז?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » פרייטאג ינואר 29, 2016 1:18 pm

איך קען איינער וואס איז יארן לאנג געוועהן אין ריעל עסטעיט און אין מענעדזשמענט (ער האט אליינס געמענעדזשט זיינע בילדינגס).
ער זאגט מיר אז מענעדזשן בילדינגס איז פון די שווערסטע ארבעט וואס איז דא, ספעציעל אויב די בילדינגס זענען אין א שווערע געגענט פון אסאך פארברעכער. ס'צאלט זיך אויס ביג טיים אויב טוסטו א גוטע דזשאב אבער ס'שווער צו טוהן א גוטע דשזאב ווייל קיינער וועט נישט ארבעטן פאר דיר אזוי שווער ווי דו אליינס און דו ביסט נאר איין מענטש וואס קען נישט אלעס טוהן.
אויב ביסטו גרייט אויפצוגעבן דיין פעמילי לייף און זיך אריינלייגן אינגאנצן אין מענעדזשמענט קענסטו זעהן אסאך הצלחה.

היינט איז יענע איד אין קאמערשעל מארטגעזשעס און איז זייער שיין מצליח.
די סוד מצליח צו זיין אין קאמערשעל מארטגעדזשעס איז נעטווארקינג. דו דארפסט האבן גוטע קאנעקשענס מיט די גרויסע שוויצערס אין די בענק (דער איד קען זיך פערזענליך מיט אפאר CEOs פון בענק) כדי צו קענען דורכשטיפן מארטגעדזשעס וואס קען זיין שווער צו ווערן עפראווד.
אויך דארפסטו גוט נעקווארקן מיט ביזנעסלייט וואס קויפן אפאר בילדינגס א יאר און זיי האבן אלס ריפיט קלייענטס.
די חסרון פון קאמערשל מארטגעזשעס איז אז ס'קען נעמען חדשים ביז א מארטגעדזש גייט דורך און אסאך מאל פאלט עס דורך נאכ'ן ארבעטן חדשים דערויף סאו ס'קען נעמען גאר א לאנגע צייט ביז דו זעסט געלט פון די דיעלס (אבער פון א מאלטי מיליאן דאלער מארטגעזדש קענסטו באקומען אפאר הונטערט טויזנט דאללער).


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט