בלאט 1 פון 1

בראננער'ס יישוב אין אריזאנע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 12:52 pm
דורך תרנגול
האט אפשר איינער עקספיריענס מיט בראננערס יישוב אין אריזאנע צו איז דאס אינטרעסאנט פאר יעדן פאר א וואקאציע אדער נאר פאר געוויסע ליידנדע מענטשן, און בכלל וויפיל קאסט עס, טעלעפאן נאמבער, וועבזייטל (אויב זיי האבן), וכו' וכו'?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 07, 2010 12:15 pm
דורך שלמי
עס איז נישט געמאכט פאר סתם פרישע געזונטע אינגערלייט.
עס איז זייער גוט פאר הויט און אטעמען פראבלעמען, די ווינט דארטן איז גאר שטארק אויפרישענד.

איך בין נאך קיינמאל נישט דארט געווען, אבער איך ווייס אביסל איבער דעם פלאץ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 07, 2010 2:35 pm
דורך דארפסמאן
איך האב א חבר וואס ליידט אויף אסמא און ער פארט אהין און האט זייער הנאה אבער ער זאגט אז פאר קינדער איז עס נישט אינטערסאנט

ב.ד.וו. עס איז געווען עדווערטייזט אז עס גייט זיין א חדר אויפן פלאץ ביז כיתה ה'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 14, 2010 3:04 pm
דורך farshlufen
שלמי האט געשריבן:עס איז נישט געמאכט פאר סתם פרישע געזונטע אינגערלייט.

וואס פאלט אייך ביי, איך בין שוין געווען דארט פאר א צייט צוריק, און האב זייער הנאה געהאט, רואיג און שטיל מיט א פריינדליכע ענוויראמענט און פאר ווער עס איז און די גיסטע פון הייקן קען מען קריכן אויף די בערג צווישן די פעלזן גאנצעטע טעג.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 7:43 pm
דורך תרנגול
פארשלאפענער, אז דו ביסט שוין דארט געווען, טא געב ארויס אביסל מער אינפארמאציע בנוגע טעלעפאן נומערן, אטראקציעס, פרייזן, וכו' וכו'