בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 5:54 pm
דורך 1x1
וואסערע לימוד?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 5:56 pm
דורך קרעמער
דער מיטגליד איז אפן פאר סיי וואספארא לימוד!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 1:48 pm
דורך קרעמער
יעצט ערהאלטן א בריוול פון א חשוב'ע מיטגליד וואס האט זיך אנגעקניפט לעצטנס מיט א חברותא דורך אונזער פארמיטלונג בעז"ה:
ב"ה מיר לערנען שוין בחברותא א וואך צייט.

ייש"כ!

מגלגלין זכות ע"י זכאי.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 11:23 pm
דורך קרעמער
און יעצט שפעט ביינאכט קומט אריין א דאנק בריוועלע פונעם צווייטן האלב פון די צוזאמגעשטעלטע חברותא:

גם אני מצטרף, דער בריוו איז מן הסתם געווען פון מיין חברותא, איך שעם זיך איך וואלט ווען אויך געדארפט שרייבן.

אגב, ווען ער האט מיר געזאגט אז מען דארף דיר געבן שדכנות, האב איך אים געזאגט ער זאל דיר שיקן אפאר גרינע אין אישית, אבער אזוי ווי איך זעה ער האט עס נישט געטון, וועל איך עס טון.

נא דיר ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

גענוג? איך האף אזוי, קוק דיך אום אויף מיינע תגובות וועסטו זען אז איך בין נישט אזוי ברייטהארציג.

סיי וואו א גרויסן יישר כח, חילך לאורייתא, און זאלסט קענען העלפן אסאך אידישע קינדער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 17, 2011 9:45 pm
דורך איזעי
נתן דוב האט געשריבן:כ כאפ נישט דעם געהענגעל עס איז דאך גילו דאורייתא.. וואס גייט דע פאר

איך ווייס נישט פון וועלכע גילוי די מיינסט, דאכט זיך אז צו מאכן א חברותא, דארף דער קרעמער נישט וויסן וויאזוי מען הייסט, און איינער וואס איז מסכים צו מאכן א חברותא מיט א צווייטן איז עס אדעתא דהכי אז יענער וועט וויסן ווער ער איז.

דו מיינסט טאקע, אז קיינער דא אין די קרעטשמע קען נישט קיינעם, קוק זיך אביסל אום וועסטו זען אז צענדליגע אידן קענען זיך איינער דעם צווייטן, אבער גילוי ברבים איז א אנדערע מעשה, א מענטש מעג דאך האבן גבולות ווער ער איז מסכים זאל וויסן אז ער שרייבט דא, און ווער נישט.

אגב, עס איז דא פארשידענע אלטע אשכולות וועגן גילוי, אויב דו האסט עס נאכנישט געזען, קענסטו בעטן מען זאל דיר געבן לינק'ס, אבער דער אשכול איז אן ערנסטער אשכול, געמאכט צוזאמענצופארן חברותות צום לערנען, איך וואלט געהאלטן אז די ביידע תגובות (דיינס און מיין יעצטיגע) דארף מען עווענטועל ארויסנעמען פון דעם אשכול.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 17, 2011 10:22 pm
דורך קרעמער
אין כאן לא גילוי ולא שמילי, אבל יש כאן חברותא ב"ה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 02, 2011 12:47 pm
דורך קרעמער
ערב חג השבועות תשע"א לפ"ק (נישט ממש ערב, אבער די קעז קוכן איז שוין אפגעבאקן, אלזא..)

א חשוב'ער און פראמינענטער מיטגליד פון "אידישע וועלט" האט זיך געמאלדן צו מיר אין "פריוואטע הודעות" אז ער זוכט איינצוהאנדלן א חברותא אויף די ביינאכט שטונדן אין עיר ואם בישראל "וויליאמסבורג"

ווער איז האט נאכנישט קיין חברותא אין די אווענט שטונדן, ווערט געבעטן זיך צו מעלדן דא אין דעם אשכול, אדער צו מיר אין אויבנדערמאנטן קעסטל

ויהי רצון שנזכה לקבל התורה באנפין נהירין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 02, 2011 1:35 pm
דורך קרעמער
ב"ה די חברותא האלט זיך שוין אינמיטן פארווירקליכן, א רעקארד שנעלע פאזיטיווע רעאקציע פון ביידע צדדים
===

יעצט איז אריינגעקומען א פארלאנג וואס לויטעט אזוי:


איך זוך א חברותא צולערנען בעיון הלכה למעשה.
און יעדע פרייע צייט למשל זונטאג נאכמיטאג וכו' אויסער פארטאגס ווען איך בין בוכטירט.

דער שרייבער לייגט צו בשברון לב זיינע געגועים פאר א פיינע חברותא:
א חברותא איך האב געהאט
צו גאט און צו לייט
געקומען א צייט
האט ער זיך געצויגן ערגעץ ווייט
ס'טוט מיר זייער ליידט
ווייל אליינס לערנט מען נישט קלאר און צו שטייט.

אפשר טוסטו מיר א גענאד?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 02, 2011 1:39 pm
דורך קרעמער
איך בין ערשטוינט פון די וואכזאמקייט וואס הערשט ביים ציבור קובע צו זיין עתים לתורה מיט א חברותא, פילייכט איז טאקע דער זמן גרמא בפרוס חג השבועות הבעל"ט

א בריוועלע וואס איז ערהאלטן געווארן אין אישית, אויב איר שפירט אז איר קומט נאך די תנאים, מעלדט אייך ביטע:
מיין חבר זז''ג מיט וועם כ'האב געלערנט בערך 5 יאר האט זיך לעצטנס אוועקגעצויגן פון מיין געגענט.

זייט דעמאלט בין איך שוין פיר מאל אריינגעפאלן מיט חשוב'ע אידן וואס האט נישט געקלאפט, ליידער.

איך דריי זיך שוין א וויילע אן א חברותא, איך בין שוין היבש מער אויף די זייט פון ולד' הישועה, אז איך האב געטוהן מיינס.

וואסיז אזוי שווער פאר מיר א חבר? ווייל איך האב דריי תנאים.

1) ער דארף פארשטיין א שטיקל גמ', אזוי ווי איך ארבעט דאך איבערן טאג (אין קרעטשמע) איז נישט פאר מיר איך זאל זיך זעצן פארלערנען, איך בין נישט אין די ליין פון ספעשל עד.

2)איך דארף א חבר וואס לערנט מיט א ציל, צו ענדיגן א מסכתא, אדער גאר ש''ס. און נישט סתם אבי געזאגט, די ציל זאל אים טרייבן.

3)איז באמת שוין נכלל אין נומער 2, אבער אזוי ווי איך האב זיך עטליכע מאל אפגעבריהט לייג איך עס עקסטער, איך אקצעפטיר נישט דאס איינשלאפן אינמיטן לערנען אויף א טעגליכן פארנעם, איך בין נישט קיין שלאף מאשין, און איך באמערק אויך ווען מ'מאכט זיך ווי מ'שלאפט נישט.... קענסטו דיר עס אונטערנעמען?

שוין מיין מגילה ווערט שוין לאנג, איך בין נאכאמאל יוצא מיין חובת השתדלות מיט דעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 02, 2011 1:52 pm
דורך ווינקל
שטאט?
צייט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 02, 2011 1:55 pm
דורך קרעמער
ווינקל האט געשריבן:שטאט?
צייט?

דערווייל זענען אריינגעקומען אלע פארלאנגן פון מיין היימשטאט וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 02, 2011 1:58 pm
דורך קרעמער
קרעמער האט געשריבן:איך בין ערשטוינט פון די וואכזאמקייט וואס הערשט ביים ציבור קובע צו זיין עתים לתורה מיט א חברותא, פילייכט איז טאקע דער זמן גרמא בפרוס חג השבועות הבעל"ט

א בריוועלע וואס איז ערהאלטן געווארן אין אישית, אויב איר שפירט אז איר קומט נאך די תנאים, מעלדט אייך ביטע:
מיין חבר זז''ג מיט וועם כ'האב געלערנט בערך 5 יאר האט זיך לעצטנס אוועקגעצויגן פון מיין געגענט.

זייט דעמאלט בין איך שוין פיר מאל אריינגעפאלן מיט חשוב'ע אידן וואס האט נישט געקלאפט, ליידער.

איך דריי זיך שוין א וויילע אן א חברותא, איך בין שוין היבש מער אויף די זייט פון ולד' הישועה, אז איך האב געטוהן מיינס.

וואסיז אזוי שווער פאר מיר א חבר? ווייל איך האב דריי תנאים.

1) ער דארף פארשטיין א שטיקל גמ', אזוי ווי איך ארבעט דאך איבערן טאג (אין קרעטשמע) איז נישט פאר מיר איך זאל זיך זעצן פארלערנען, איך בין נישט אין די ליין פון ספעשל עד.

2)איך דארף א חבר וואס לערנט מיט א ציל, צו ענדיגן א מסכתא, אדער גאר ש''ס. און נישט סתם אבי געזאגט, די ציל זאל אים טרייבן.

3)איז באמת שוין נכלל אין נומער 2, אבער אזוי ווי איך האב זיך עטליכע מאל אפגעבריהט לייג איך עס עקסטער, איך אקצעפטיר נישט דאס איינשלאפן אינמיטן לערנען אויף א טעגליכן פארנעם, איך בין נישט קיין שלאף מאשין, און איך באמערק אויך ווען מ'מאכט זיך ווי מ'שלאפט נישט.... קענסטו דיר עס אונטערנעמען?

שוין מיין מגילה ווערט שוין לאנג, איך בין נאכאמאל יוצא מיין חובת השתדלות מיט דעם.

די בערך'דיגע צייט פאר אט די חברותא:

ביינאכט פון 8.30 ביז בערך 9.45-10.00

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 10:48 am
דורך קרעמער
צום פרישן זמן איז אנגעקומען צו די פארמיטלונג א פארלאנג פון אן ערנסטן אינגערמאן וואס זוכט צו לערנען פלייסיג מיט א היימישן חברותא:
פלאץ: אלט וויליאמסבורג
צייט: אינדערפרי/פארטאגס (פון זעקס אזייגער ביז האלב אכט, אדער פון זעקס דרייסיג ביז אכט)
לימוד: לכתחילה גמרא רש"י תוספות בעיון קל

לאמיר זעהן ווער עס האלט ביים לערנען...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 8:58 pm
דורך קרעמער
קרעמער האט געשריבן:צום פרישן זמן איז אנגעקומען צו די פארמיטלונג א פארלאנג פון אן ערנסטן אינגערמאן וואס זוכט צו לערנען פלייסיג מיט א היימישן חברותא:
פלאץ: אלט וויליאמסבורג
צייט: אינדערפרי/פארטאגס (פון זעקס אזייגער ביז האלב אכט, אדער פון זעקס דרייסיג ביז אכט)
לימוד: לכתחילה גמרא רש"י תוספות בעיון קל

לאמיר זעהן ווער עס האלט ביים לערנען...

פארגעסן צו שרייבן אז מען קען זיך מעלדן אין דעם אשכול, אדער ביי מיר אין פריוואטע פאסט קעסטל

אבער מעלדן זאל מען זיך, דער איד וויל לערנען!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:31 pm
דורך פאיאץ
נא; אפשר טאקע שטעל איך מיר צי, צו א שיעור קביעות. אבער ס'וועט מיזן זיין אויפן טעלעפאון...

נישט קיין נפקה מינה וואס צו לערנען...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 3:30 am
דורך שאץ מאץ
מיין טעגליכע שיעור פון בערך 11:30 פארמייטאג ביז 1:30 איז צוריק אפן, א חברותא ווערט געזיכט...
שטופטס ענק נישט איינער אויפאמאל....

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 6:51 pm
דורך ניק ניק
איינער האט מיר קאנטאקטעד און געלאזט הענגן, נו גיי זיך אויף יעצט אלע אישיס, אפשר שפעטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:37 am
דורך קרעמער
שוין לאנג נישט אריינגעקומען א פארלאנג פאר א חברותא.

אט איז א בריוועלע אנגעקומען אין אישית:

פלאץ: טעלעפאן
צייט: ביינאכט (פון בערך 10 אזייגער ביז בערך 11)
לימוד: גמרא רש"י תוספות בעיון רב דייקא, אדער שו"ע הלכה למעשה מיט א גרויסע הויפן ספרים פון אלצדינג ארום...
דרך הלימוד: בעיון רב ובמתינות גדול!


פאראינטערסירטע ביטע זיך מעלדן צו מיר אין אישית, אדער אין דעם אשכול, און מיר וועלן אי"ה דינען אלס שדכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 10:37 am
דורך מומחה עצום
אפגעשטויבט

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 11:16 am
דורך שאינו יודע
צו וועם דארף מען זיך ווענדן?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 11:21 am
דורך מומחה עצום
דארף מען פרעגן קרעמער אין די אינטערוויו

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 25, 2013 11:50 pm
דורך ווארד
איך זוך א חברותא אויף נאכמיטאג אדער ביינאכט (קען זיין אויפן טעלעפאן)
לכתחילה טור שו"ע, אבער אפן אויך צו אנדערע לימודים

ביטע קאנטאקטן אויף א פריוואטע הודעה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 9:40 am
דורך שאינו יודע
און איך אויף זונטאג.

ביטע זיך ווענדן אין אישי

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 05, 2014 8:55 pm
דורך אנפין נהירין
איך זוך א חברותא אויף ביינאכט אין בארא פארק , ביטע קאנטאקטן אויף א פריוואטע הודעה

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 26, 2014 4:39 pm
דורך מלכיאל
איך זיך א חברותא פאר איין שעה בערך צווישען 2 און 4 נאכמיטאג לערנען גמרא מסכתות מכות
אין בית מדרש בורשטין אדער אויף די טעלעפאן- קאמפיוטער