בלאט 1 פון 1

זוכן אין היברו בוקס

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 27, 2009 8:40 am
דורך טהור-עיניים
איך זוך א גמרא, איך ווייס אבער נישט וואו ער געפונט זיך, איך וויל אים זוכן אין היברו בוקס. אבער ווען איך לייג אריין ביי דעם סוירטש אפשען די ווערטער וואס איך זוך, גיט ער מיר פופצן בלעטער פון תוצאות, און איך וויל נישט דורך גיין אזוי פיל בלעטער פון אלע מינים ספרים.

ביי די אוצר החכמה למשל, אדער ביי אנדערע פראגראמען, קען איך קודם אריינגיין אין ש"ס, און דערנאך זוכן דארט וואס איך וויל, דא אבער זע איך נישט קיין וועג וויאזוי איך קען דאס טון, אפשר קען מיר איינער העלפן מיט דעם.

יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 27, 2009 8:42 am
דורך farshlufen
הרב טהור, לייגט אריין די מימרא פון די גמרא אין גוגל סוירטש.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 27, 2009 9:21 am
דורך ליסקא
הרב פארשלאפן איך פארשטיי אז די געסט קלוגע עצות, אבער מיר דארפן העלפן טהור-עיניים אין נישט מאכן ליצנות

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 27, 2009 9:29 am
דורך farshlufen
מיר מאכן קיין ליצנות, מיר רעדן זייער ערנסט, אדרבה, פרובירטס אויס.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 28, 2009 8:48 pm
דורך קרעמער
אדער לייגט ארויף די מימרא אהער, און מיר וועלן פרובירן כאיש אחד בלב אחד ארויסצוהעלפן.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 28, 2009 10:34 pm
דורך ליסקא
יא פארשלאפן איך וויל דא בעטן מחילה ברבים, איך האב קיינמאל נישט געוואסט אז עס ארבעט טאקע איך האב עס איצט אויסברובירט אין עס ארבעט. איך האף אז די וועסט מיר מוחל זיין, אויב נישט יעצט אבער כאטש פאר ר"ה

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 8:23 am
דורך farshlufen
מחול לך, מיר האבן סיי-ווי קיין טראפ פאראיבל געהאט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 11:22 am
דורך רעיא מהימנא
עס וואלט כדי געוועהן צו מאכען א באזינדערע אשכול אויסצישמיסען די פאנקשענס פון "גאגל". רוב מענטשען ווייסען נישטאמאל וואספארא אוצרת איז גנוז בתוכו.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 12:05 pm
דורך טהור-עיניים
געוואלדיג, איך האב עס יעצט געטרייט, און עס ארבעט, איך האב נישט געוויסט אז מ'קען אזאנס טון, שוין, גוגל ווערט שוין הייליג.

ווי האט א קינד אמאל געפרעגט זיין טיטשער, צו ארטסקראלל איז געווען א ראשון אדער א אחרון, באלד וועט מען דאס קענען פרעגן אויף גוגל. אדער אין וועלכען דור ער האט געלעבט.....