אפיל: געזוכט א דירה אין וויליאמסבורג
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 22, 2009 1:06 am
איך ווייס נישט צו עס איז דא א אשכול איבער דעם, אבער איך האב צוגעזאגט מיין חבר אז איך גיי עפענען לכבודו אן אשכול, און דאס וואס ער פארציילט מיר, להוי ידוע אז ער איז נישט דער איינציגסטער, ליידער.
עס איז צום האפן אז מיר וועלן אי"ה האבן א חלק און העלפן דעם אינגערמאן.
פארציילט ער מיר אזוי:
ער האט חתונה געהאט בערך צוויי אהאלב יאר צוריק, און ער וואלגערט זיך נאך פון איין לעכל צום צווייטן. ערשט האט ער באקומען א רעגולער בעיסמענט, גארנישט אנדערש פון יעדן וויליאמסבורגער חתן-כלה. איז דורך עטליכע חדשים, דער באשעפער האט אים געהאלפן אין די פאמיליע האט אנגעפאנגען וואקסן, און עס איז נישט געווען מעגליך בשו"א און די אומשטענדן צו פארבלייבן אין דעם בעיסמענט. מען האט געזוכט, קיין אויסוואל איז נישט געווען ווייל עס איז נישט געווען קיין דירה, דעריבער האט מען געכאפט עפעס אנדערש, אויך פורנישד פארשטייצעך.
ער האלט שוין יעצט ביי צוויי קינדער, ער וואוינט אין א לעכל, און ער לעכצעט נאך א צוויי-צו-דריי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג.
איך האב נישט געקענט אויסהאלטן זיין צער, ספעציעל ווען ער האט מיר אראפגעלייגט אז ער ווייסט נאך נישט וואס מיינט פורניטשער, ווייל ער האט דאס נאך נישט פארזוכט זייט זיין חתונה, אפילו קיין בעדרום פורניטשער.
איך האב אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט אוועק קיין דא, קיין דארט, ווי עס זענען פארהאן אסאך גרינגערע מעגליכקייטן פון דירות, האט ער מיר געענטפערט זייער א פארשטענדליכע תירוץ, און איך האב אים זייער גוט פארשטאנען.
איך האב אים פארציילט פון דעם איש את רעהו יעזורי פארום, און איך האב אים פארשפראכן אז תיכף נאך שבת וועל איך אים דאס ארויפלייגן.
דער עולם זאל מיך שיקן אין אישית, אדער צו reb.shaftel@gmail.com, אדער אפילו ברבים, אויב מען ווייסט פון עפעס, און ארויסהעלפן דעם אידישן פארפאלק מיט די צוויי קינדערלעך מיט א מקום מנוחה, און דעם זכות זאל אייך דער באשעפער באצאלן מיט אלעם גוטן.
אזוי אויך קען דער אשכול בכלל דינען פאר די פלאטפארמע פאר די אלע וואס זיכן דירות אין די שטאט וויליאמסבורג.