בלאט 1 פון 1

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 12:33 pm
דורך abimlaibt
נעכעטען געהערט א מעשה,
פאסירט ביים ראפשיצער רב זצ"ל
איינער האט געפרעגט א שאלה פאר זיין חבר זאגענדיג אז זיין חבר שעמט זיך צו קומען פרעגען פערזענליך
ממילא קומט 'ער' פרעגען דעם רב,
פרעגט דער ראפשיצער רב זצ"ל במתק לשונו.
"נו דער חבר וואלט דאך געקענט קומען פרעגען די שאלה פאר 'זיין' חבר?" עכלה"ק ופח"כ.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 1:01 pm
דורך קארל
אבי מ'לעבט,
דער דעברעצינער רב ברענגט אין א תשובה אז דאס איז געווען זיין דבר חכמה ווען איינער איז צו אים געקומען אמאל בעטן א תשובה אויף א גראבער עבירה וואס "א חבר זיינער" האט געטאן, אבער שעמט זיך צו קומען.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 1:16 pm
דורך דארפסמאן
געווען אמאל אדווערטייזט אז איינעם נעמט אן צו זאגען פאר ביליג, אבער שוין געווען לאנג ציריק

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 1:21 pm
דורך דארפסמאן
איך האב אמאל געהאט א אפער פון 25 $ א סדר פון חומש