בלאט 1 פון 1

פארן קיין א"י מיט א שיף

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 14, 2009 7:41 pm
דורך מקוה נייעס
איז נאך שייך היינט צו פארן קיין ארץ ישראל מיט א שיף?
איך ווייס פון איינער וואס איז געפארן פאר צוואנציג יאר צוריק.

אויב יא, ווי לאנג נעמט דאס?
איך קלער אויב ס'נעמט ווייניגער ווי צוויי וואכן, וואלט געווען אפשר א פלאן זיך אפצוהאקן פון די וועלט און פארן אזוי קיין א"י, עכ"פ פאר איין וועג

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 14, 2009 7:51 pm
דורך צום זאך
כ'ווייס א פאר קארגא שיפמענטס נוצט מען שיפן אין גרויסן, ס'נעמט בערך 2 וואכן מיינעך, אפשר קענסטו ווערן פון די קאפיטאן קראו און זיך מיטכאפן...

אלענפאלס, זיך אפצוהאקן פון די וועלט פאר 2 וואכן איז זיכער נישט קיין שלעכטע איידיע... אסאך דא וואלטן זיך אנגעשלאסן מיט דיר..

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 14, 2009 8:35 pm
דורך קרעמער
מקוה-נייעס?

אזא אשכול פאסט פאר גרויזאמער...

אלנפאלס, עס איז א וואזשנע בייפאל, מיר קענען דארט פראווען א קרעטשמע קומזיץ וואס זאל זיך ציען 2 וואכן..

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 14, 2009 8:53 pm
דורך פרייליכערהייט
אפהאקן פון די וועלט ?
דאכטזיך מיר אז אויף די אטלאנטיק אקעאן איז אויך דא ווייערלעס סערוויס , אפשר ווייערס אויך דארט טיעף ציט זיך דאך אלע ווייערס ניין ? חחח ,

און אויף זיך אפהאקן פון די וועלט איז דא גרינגערע און ביליגערע וועגן ,

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 14, 2009 9:12 pm
דורך גרוש
וואס איז אזוי גוט צו זיין אויסגעטוהן פון די וועלט?

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 14, 2009 9:18 pm
דורך לאקשען ברעט
ס'זיכער דא קראוז שיפען מיט וואס מען קען אריבער פארען דעם אטלאנטיק שיינע שיפעם מיט שטובער אזוי ווי האטעלען אין געשעפטען אין רעסטאראנטען, אין אנדערע באקוועמליכקייטען,
דארפסט מאכען ריסורטש,
אפשער דא קענסטו עפעס טרעפען
CruiseCompete.com
CruiseMates.com

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 14, 2009 10:36 pm
דורך שטארק זיך
קרעמער האט געשריבן:מקוה-נייעס?

אזא אשכול פאסט פאר גרויזאמער...

אלנפאלס, עס איז א וואזשנע בייפאל, מיר קענען דארט פראווען א קרעטשמע קומזיץ וואס זאל זיך ציען 2 וואכן..
גרויזאמער זאגט טאקע אז ער איז אויף וויקעישאן איצט...

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 14, 2009 10:49 pm
דורך שוועמל
דא פרעגט איינער אן דערוועגן
http://en.allexperts.com/q/Cruises-2541 ... Israel.htm

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 15, 2009 10:16 am
דורך ביזנעסקאפ
אינטערסאנט, איך האב שוין אויך אמאל געקלערט איבער אזא בייפאל.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 15, 2009 5:09 pm
דורך טהור-עיניים
אפשר גאר ארגאניזירט מען אזא זאך, אנגעפירט דורך קרעטשמע טרעוול סערוויסעס, צוגעשטעלט דירעקט פארן היימישן עולם, מיט עסן פון היימישע השגחות אלעס אויפן העכסטן סטאנדארט?

אזא זאך קען מען אויספירן, אויב איינער וויל מאכן אפאר טאללער, קען ער דאס גוט אדווערטייזן און ער וועט האבן גענוג און נאך קאסטומערס.

און אז איך רעד שוין דערוועגן, אפשר טאקע הייב איך אן טון דערינען???

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 15, 2009 6:09 pm
דורך שטארק זיך
נו טוהר'ל הייב שוין אן.

אבער...
NO CATS ALOUD ..

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 15, 2009 7:12 pm
דורך לאקשען ברעט
נו טהור געגאנגען
ס'דארף זיין אזוי :

- א מקוה מט א השקה צים ים
- א סווימינג פול
- א זאל פאר שמחות
- מ'זאל זיך אפשטעלען אויף די אינזעל פין די מענטשען פרעסער
- לכבוד שבת דארף מען חאפען פיש פין ים

ס'קוקט אויס א גוטע פלאן כ'מיין זאלסטעך ווי שנעלער נעמען דערצי אין ס'וועט זיין געוואלדיג
ס'דארף אבער האבען אינטערנעט ווייל אן דעם איז שווער פאר מענטשען צי אוועקפרען אבער אזוי קענען זיי זיין אין קאנטאקט מיט זייערע ביזנעסער פין די הארץ פינעם ים

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 11:45 am
דורך ליסקא
נישט פארגעסן מען ברויך אויך האבן א "קומזיץ" אויפן וואסער כמנהגינו א יעדן זומער ווען מיר פארן אויפן וואסער, איז פארוואס זאלן מיר נישט האבן אויפן וואסער קיין א"י

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 1:05 pm
דורך טהור-עיניים
ליסקא, באנאך אינדערהיים האט מען אויך נישט געהאט קיין קומזיץ און ביי מיר אויפן שיף וועט דאס אויך נישט זיין. אויב ווילט איר א חסיד'יש פארברענגען, דאס אישוין עפעס אנדערש.......

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 1:31 pm
דורך שעפטיל
איי אידאס א וואזשנער פלאן... מיין קוועסשטן איז, ווי גייט די קרעטשמע קענען פארקויפן ברוינפן זייענדיג אויפן שיף..?? כ'מיין... די גאנצע ביזנעס וועטעך אונטערגיין...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 1:34 pm
דורך ביזנעסקאפ
טהור'ל נישט פארגעסן מיטצונעמען גענוג אייער אין קעיס די סמאליע פיראטן העלן וועלן פארכאפן די שיף.... 

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 5:54 pm
דורך טהור-עיניים
דאן וועלן זיי דאך פארכאפן די אייער אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 5:58 pm
דורך שעפטיל
נישט בעפאהר זיי וועלן כאפן אפאר שטיק אין קאפ.. דאס אידעך דער עיקר. אבאמא וועט אונז שוין ארויסנעמען פון דארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 17, 2009 5:29 pm
דורך טהור-עיניים
יא, אזוי ווי ער האטינז ארויסגענומען פונעם רעסעשן.

אבער ליצנות אין א זייט געלייגט. דער עולם דא האלט אז אזא זאך קען גיין? איר מיינט אז עס וועלן זיין קאסטומערס פאר אזא זאך?

אויב יא גיי איך מיך שוין אריינלייגן דערינען

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 01, 2009 2:53 pm
דורך 1x1

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 6:23 am
דורך מקוה נייעס
יישר כח איין מאל איינס, און לאקשן ברעט און שוועמל פאר ענקער לינקס

איך זעה אבער אז דאס איז א טייערע מעשה, און ס'איז אויך נישט דא קיין דירעקטע שיף, נאר דורך יוראפ, איך מיין איך וועל שוין לאזן מיינע דמיונות ווען טהור עינים וועט צאם נעמען א קבוצה און אזוי פארן, אבער צי פארן מיט queen merry וכדו' איז נישט אינטערסאנט