בלאט 1 פון 1

" מארגעטש לאון מאדיפיקעשן"

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 10:24 am
דורך ברוקלין
די רעגירונג געט געלט פאר די בענקס זיי זאלען בעסער מאכען די טערמינען פין די מארגעטש (אינטרעסט רעט'ס; צייט צי באצאלען). עס איז דא קאמפאניס וואס פארהאנדלען מיט די בענק דאס דורךצפירען; פארשטייט זיך אז עס קאסט געלט פין פאראויס. ווייסט איינער אויב עס איז עפעס ווערט?

וואס געשענט אז מ'גייט דירעקט צי די בענק'ס? וואס דארף זיין אז די בענקס'ס זאלען זיין גרייט נאכצילאזען?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 10:38 am
דורך נאטורליך
מען קען עס מאכען אליין מיט די דריי זאכן אין חשבון.
אויב מען איז א מורא'דיגע מומחה אין די אנגעלעגענהייטען וויאזוי צו מאנאווערן מיט די בענק וד"ל. צווייטענס, מען מיז האבן די ריכטיגע טעלפון נומבער ווייל רעכיל שיקט צו מעכיל וחוזר חלילה. והשלישית זיי לאזן זיך ווארטן אויפן טעלעפון שעות ארוכות. בלי גוזמא. אז דער אפעטיט פארגייט.
די אגודה אין בורופארק טוט דאס אומזינסט.
עס איז אדווערטייזט אין איינע פון די טעגליכע פלוגבלעטער אז זיי מאכען עס פאר א געוויסע סומע וואס מען מיז אריין לייגן פאראויס ביי א שליש. זיי זאגען אז זייער סוקסעס איז כמעט ברור.
דערנאך קען עס סיי וועלכער טיכטיגער מארטגעדש בראקער ארלעדיגען פאר א פיקסט פרייז. וואס געווענליך נעמען זיי עס אין די ענד.
עס ווערט געטון טעגליך, עס געדויערט חדשים פון צעגערייען און פעפערווארק הין און צוריק אבער א שיינער עולם איז מצליח צו צאלען קלענער פעימענטס חודש'לעך.
בהצלחה
נ.ב. איך בין נישט אין די ביזנעס, צו מזל איז מיין בעה"ב אויף וואקאציע האב איך אביסל צייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 10:49 am
דורך וויכטיג מאכער
איך בין לעצטענס געווען אינוואלווד אין אזא זאך.

ס'ווענצעך וויפיהל דו צאלסט יעצט, ס'ווענצעך אויב דו ביסט ביהיינד, און נאך זאכן.

פון עקספיריענס, גיי צו א עקספערט, אז דו ווילסט, קאנטעקט מיך אין אישי פאר די נומבער ווער ס'האט מירעס געמאכט.