בלאט 1 פון 1
דרינגענד געזוכט !!!
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 08, 2009 8:12 pm
דורך שוועמל
עס איז מיר שוין לאנג געקומען אויפן גענאק.. כ'מיין געדאנק אזא איידיע אז ווען עמיצער זוכט עפעס עמערזשענסי זאל ער גלייך קענען באקומען א ריספאנס ביז מינוטן.
למשל עס מאכט זיך צומאל ווען 7-8 ביינאכט זוך איך דרינגענד א פעדעקס טראק איבערצוגעבן אן אווערנייט פעקל. איך פאר אביסל ארום ווילי און טייל מאל געלונגט עס צו טרעפן איין טרעקל.
דא אין דעם אשכול וועט יעדער פרעגן עפעס א דרינגענדע זאך וואס איז אים שטארק נוגע אויף די פאר מינוטן.
..."איף דיס איז ען עמערזשענסי פליס הענג אפ ענד דייעל ניין וואן וואן".
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 7:07 pm
דורך שוועמל
איך זוך א יו פי עס טראק אין ווילי
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 9:32 pm
דורך קרעמער
אין מיין געגענט איז ער געווען (ביי מיין טיהר פאקטיש) עטליכע מינוט בעפאר 7 אזייגער אין אווענט.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 9:47 pm
דורך גרוש
און וויפיל אזייגער האסטו עס געשריבן?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 8:50 am
דורך bailout
ס'גוט צו פרעגן דעם דרייווער ווי ער פיקט אויף שפעט, זאלסט אלס וויסן ווי מען קען אים טרעפן שפעט, איך זעה אים אלס נעבן מיין הויז זעקסע צייט, און ער זיצט דארט היבש לאנג.
כ'מיין אז אויב ס'איז ממש אזוי געפערליך קענסטו אראפפארן צו די טערמינעל אין מעספעט קווינס.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 9:14 am
דורך ליסקא
דרינגענד געזוכט א דירה פאר חתן כלה, האט חתונה קומענדיגע וואך
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 9:35 am
דורך גרוש
וועלכע געיגנט זוכסטו?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 11, 2009 10:57 am
דורך farshlufen
ליסקא האט געשריבן:דרינגענד געזוכט א דירה פאר חתן כלה, האט חתונה קומענדיגע וואך
צרת רבים חצי נחמה.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 20, 2009 9:34 am
דורך צווענגל
איך זיך דריגענד יעצט צו מאכן אפאר דאללער
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 20, 2009 9:50 am
דורך lebediger berel
איך וואלט אנגעטראגן צו עפענען א אשכול אדער א אפטיילונג וואו מ'זאל זיך קענען העלפן איינער דעם אנדערן אן זיך צו ווערטלען.
הגם דער קרעטשמע איז דאך בעיקר געמאכט פאר געדאנקען האט זיך אבער אסאך געמאכט אז מענטשן דארפן פאקטן נישט קיין עצות. צום ביישפיל דער איד וואס זוכט א דירה. אלזא זאל מען נישט ענטפערן צרת רבים, אדער מ'זאל נישט שרייבן אין זעלבן אשכול אז מען זוכט צו מאכן אפאר דאללער, אויף וואס איך האב אים געוואלט ענטפערן "גיי בארויב א באנק"
כ'מיין נישט צו זאגן אז א וויץ טאר נישט אריין פאלן בטעות, אבער מ'דארף וויסן ווי דער חמור שטייט איין, ווייל למעשה האב איך אליין געזען ווי שטארק מ'האט געהאלפן איינער פארן אנדערן דא אין קרעטשמע,
איך אליין האב שוין געהאט די זכי' צו העלפן פאר איינעם אין גאר א וויכטיגע נושא און איך האף עס אריין צו לייגן אין מיין קאנטע לעולם שכולו ארוך, נאר דורך דעם וואס כ'האב אנגענומען ערנסט יענעמ'ס פראבלעם.
אלזא דער עצה איז צו מאכן א אשכול למשל הילף ביטע, און מ'זאל דארט נאר געבן ערנסטע ענטפערס פאר זאכן וואס מענטשן זוכן וויכטיג.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 22, 2009 12:28 am
דורך קרעמער
לעבעדיגער בערל;
די איש את רעהו אפטיילונג איז געצילט צו זיין אן ערנסטע ווינקל פאר אלע סארט עצות און הילף, אנגעהויבן פון ולאחיו יאמר חזק און געענדיגט ביים גראפיקער אפטיילונג.
עס איז טאקע כדאי איבערצו'חזר'ן כדי די מגיבים זאלן נישט פארגעסן וואו זיי געפונען זיך.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 22, 2009 12:39 pm
דורך lebediger berel
שקויעך באס.
יעצט לאמיר דיר בעסער מסביר זיין וואס איך מיין, למשל ביים ענין פון פעדעקס נאכמיטאג, ס'איז שייך צו רעדן דערפון אין צוויי אופנים
אופן א'
צו מאכן א באשרייבונג "וויאזוי שיקט מען א פעקל אין די לעצטע מינוט" און מ'זאל דאס דיסקוסירן אין די לענג און אין די ברייט און דארט קען איינער אריין שרייבן א עצה פון א ביזנעס קאנסאלטונט וואס מ'זאל טון ס'זאל נישט פאסירן מ'זאל דארפן שיקן פעקלעך אין די לעצטע מינוט, און אן אנדערער קען שרייבן וואס מ'זאגט פארן קאסטומער אדער די קאמפאני וואס ווארט אויפן פעקל פארוואס מ'האט פארשפעטיגט, אינצווישן קענסטו אריין ווארפן אז אין דיין געגנט איז דער ברוינער טראק געווענליך שפעט נאכמיטאג אא"וו, און עס איז אויך דא אביסל מער פלאץ פאר א ווערטל.
אופן ב'
צו האבן א פלאץ ווי איינער קען פרעגן "וואו איז דער יו פי עס טראק אין וויליאמסבורג נאך 6 ביינאכט"
און דארט דארף ער נאר האבן א קורצן שארפן ענטפער: [איך זאג עס נאר למשל] ביי בעדפארד אדער היוז וכדו' און אויף אזא פלאץ האט נישט קיין ווערטל וואס צו זוכן.
בעק טו יו באס.