בלאט 1 פון 1
סוף זמן קידוש לבנה, ווער ווייסט
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 12:28 am
דורך טהור-עיניים
איך געב מיך יעצט א כאפ ביים קאפ, סישוין אזוי אינמיטן חודש, און איך זיץ דא אינמיטן די נאכט, טויט מיד, איך וויל זייער גיין שלאפן, אבער איך דערמאן מיך אז כ'אנאך נישט מחדש געווען די לבנה דעם חודש, איך האב נישט קיין לוח וואו עס שטייט דער זמן און איך ווייס נישט וואס צו טוען.
ע"כ האב איך געעפנט דעם אשכול דא, מיטן ציל, אז ערשטנס ווער עס ווייסט אויב איך האב נאך נישט פארפאסט דעם זמן דעם חודש זאל מוחל זיין און לאזן וויסן דא. צווייטנס וואלט איך געבעטן, ווער עס ווייסט א לוח וואו עס שטייט יעדן חודש דעם סוף זמן קידוש לבנה זאל אויך מודיע זיין דא איז זאל מיר קענען איינהאנדלען דעם לוח.
און צום לעצט וואלט איך פארגעשלאגן, אז יעדן ר"ח זאל מען אין דעם אשכול פאוסטן ווען עס איז דער סוף זמן קידוש לבנה.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 6:30 am
דורך פאטאקי08
איך האב נעכטן באקומען אן אוטמאטישע טעקסט אז סאיז די לעצטע נאכט פון קידוש לבנה
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 8:28 am
דורך אויס מענטש
סו"ז קידוש לבנה דעם חודש איז היינט 5:53 פארנאכטס, די 60 איז 5:51, איז אויב ביסט נישט מקפיד אויף די 72 זאלסטו לכאו' תיקף ביים 60 מחדש זיין די לבנה, אזוי טראכט איך, פארלאז דיך אבער נישט דערויף פרעג א דיין,
אין די לוח פון קרן הצלה שטייט יעדע חודש ווען סאיז סו"ז קידוש לבנה
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 10:12 am
דורך קרעמער
אויך אין לוח המפואר (MRA) שטייט יעדע חודש די סוף זמן קידוש לבנה.
חודש חשון תש"ע: היינט מאנטאג וירא 5:53 אווענט
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 15, 2009 5:05 pm
דורך טהור-עיניים
אזוי ווי היינט נאכט אישוין ערב ר"ח, ווילעך בעטן די וואס האבן א לוח ווי עס שטייט דער סו"ז קידוש לבנה, זאלן מוחל זיין און עס שוין אריינשרייבן, אז מען זאל שוין וויסן פון יעצט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 15, 2009 5:31 pm
דורך שמן זית
לוח התאחדות הרבנים שטייט אויך, סו''ז קידוש לבנה איז אין די גאנצע וועלט די זעלבע, עס האט מוטוהן מיטן מולד וואס די חשבון המולדות רעכן מיר איבעראל אייניג, עס איז כדי צו באמערקן אז די זמנים זענען לויטנ די עכטע זייגער דהיינו אז איין מעלה איז אפגערוקט פון די אנדערע מיט 4 מינוט אבער אזויווי בפועל איז די וועלט צוטיילט נאר אין 24 צייטן פאר די 360 מעלות דארף מען יעדע פלאץ אליינס אויסרעכענען ווען דארט איז עכט 6:00 אדער 7:00 כמבואר אין ספר ישראל והזמנים אז לשיטת שעות שוות איז אין די סיטי סוזק''ש 8:56 אין אין אפסטעיט 8:57 די זעלבע זאך לגבי קידוש ביי די וואס זענען מקפיד נישט צומאכן צווישן 6 און 7 אז אין די סיטי איז עס צווישן 5:56 און 6:56 און אין אפסטעיט איז עס צווישן 5:57 און 6:57
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 16, 2009 5:56 pm
דורך טהור-עיניים
שמן, דאס איז אמת, ווייל דעם מולד רעכנט מען דאך לויט ארץ ישראל, ממילא איז טאקע נישט קיין נפקא מינא ווי מען איז, אלעמאל איז דער סוף זמן קידוש לבנה די זעלבע.
נו, ווער קען אהער ברענגען דעם זמן פאר דעם חודש, כסלו
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 3:27 pm
דורך טהור-עיניים
רבותים, מ'האלט שוין באלד האלב חודש, איינער זאל רחמנות האבן און ארויפשטעלן דעם סוף זמן קידוש לבנה, איידער עס וועט זיין דערנאך
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 9:13 pm
דורך קרעמער
דינסטאג וישלח די גאנצע נאכט איז סוף זמן קידוש לבנה.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 4:58 pm
דורך אויפריכטיג
ווייסט איינער ביז ווען מען קען מחדש זיין די לבנה דעם חודש. ווי עס קוקט אויס גייט היינט נאכט אויך זיין פארוואלקנט, טא ביז ווען קען מען ווארטן?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 6:11 pm
דורך קרעמער
אין לוח המפואר שטייט אז מען קען ביז דינסטאג נאכט 8:51
אבער פאריגע וואך מאנטאג נאכט בין איך געווען ביים ביהמ"ד קיט"ל אויף הופער, האט דער דומ"ץ רא"ז שנעעבאלג געזאגט אז מען קען שוין מחדש זיין די לבנה הגם דער מולד איז געווען (לויטן לוח המפואר) מאנטאג נאכט 2:28, ווייל "אלע לוח'ס זענען גרייזיג, אויסער ייטב לב'ס לוח" [איך האב נישט געפרעגט אויב די סיבה איז צוליב דעם וואס ער רעכנט ווי די א"י זייגער, אדער עפעס אנדערש]. לויט דעם קומט אויס אז אויך די סוף זמן איז פריער לויט זיין חשבון.
אפשר זאלסטו אים אנרופן איבערפרעגן.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 6:17 pm
דורך אויפריכטיג
יישר כח הער קרעמער
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 6:39 pm
דורך יואל ווייס
קרעמער האט געשריבן:אין לוח המפואר שטייט אז מען קען ביז דינסטאג נאכט 8:51
אבער פאריגע וואך מאנטאג נאכט בין איך געווען ביים ביהמ"ד קיט"ל אויף הופער, האט דער דומ"ץ רא"ז שנעעבאלג געזאגט אז מען קען שוין מחדש זיין די לבנה הגם דער מולד איז געווען (לויטן לוח המפואר) מאנטאג נאכט 2:28, ווייל "אלע לוח'ס זענען גרייזיג, אויסער ייטב לב'ס לוח" [איך האב נישט געפרעגט אויב די סיבה איז צוליב דעם וואס ער רעכנט ווי די א"י זייגער, אדער עפעס אנדערש]. לויט דעם קומט אויס אז אויך די סוף זמן איז פריער לויט זיין חשבון.
אפשר זאלסטו אים אנרופן איבערפרעגן.
הרב קרעמער, לויט דער יטב לב לוח איז דער מולד געווען א גאנצער טאג שפעטער, דינסטאג נאכט, 28 מינוט און 9 חלקים נאך 2.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 6:57 pm
דורך אויפריכטיג
דאס מיינט אז קידוש לבנה קען מען אויך מיט א טאג שפעטער?
יואל, אפשר רעדט איר פון צוויי אנדערע ייטב לב לוח'ן.....
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 7:53 pm
דורך יואל ווייס
איך רעד לכאו' פון זעלבן לוח ווי הרב שנעבאלג.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 8:48 pm
דורך אויפריכטיג
ב"ה די לבנה איז ארויסגעקומען צווישן די שפאלטנעס פון די געדיכטע וואלקנעס און איך האב געהאט די זכי' צו מאכן די ברכה.
(יעצט קען מען מיט'ן באשעפער'ס הילף פארן קיין מירון רואיגערהייט.)
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 6:02 pm
דורך היפאקריט
יש מקומות וואו מען האט נישט קידוש געמאכט מוצש"ק העעל"ט צוליב ז' אדר
סוף זמן פאלט קומענדע מוצאי שב"ק פורים גדול הבעל"ט 2:11 AM