בלאט 1 פון 1

באצאלן בילס ביי די ווילידזש אין קר"י!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 12:44 pm
דורך געטראנק
איך האב געזעעהן אדווערטייזט אז די ווילידזש נעמט אן אז מ'קען באצאלן ביי זיי פראנטיער בילס, ווי אויך פאר אוי ענד אר עלעקטעריק קאמפאני, האט עמעצער עני אינפארמאציע צו דאס קאסט געלט צו נישט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 1:09 pm
דורך אלף בית
סאיז שוין אן אלטע זאך, איך באצאל דארט אייביג מיינע בילס.
סקאסט נישט עקסטרע מאני.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 2:28 pm
דורך ראמני 08
נאו סקאסט נישט עקסטער. אויך קען מען באצאלן ביי די סאשעל סערוויס אפיס אויף 2 גארפילד ראוד. דארט קאסט אויך נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 2:34 pm
דורך ראמני 08
גראדע פראנטיער האט ביז לעצטנס געהאט אין טאון אף מאנרא א פלאץ ווי מען קען באצאלן בילס (בעיקר געמאכט פאר די וואס דערמאנען זיך ווען זיי האבן שוין א דיסקאנעקשען נאטיס)
אבער יעצט מיז מען שוין אראפ פארן קיין מידעלטאון. סאו איז עניוועי די בעסטע צו באצאלן ביי איינע פון די אויבער דערמאנטע צוויי פלעצער וואס סיי עס שפארט געלט פון א טשעק/מאני ארדער אין אויך א סטעמפ.
און חוץ פון דעם האבן יודען פרנסה דערפון.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 03, 2009 2:05 pm
דורך abimlaibt
פראנטיער, אויב צאלט מען ביי די ווילעדש, ברויך עס זיין באצאלט אין קעש.
(עס איז נישט קיין סערוויס פון די ווילעדש)

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 5:54 pm
דורך גאון
ווייסט אפשר איינער פארוואס מען קען נישט באצאלן די בילס פאר די ווילידזש מיט קרעדיט קארד

איך רעד פון די וואסער און סענעטעישאן ביל.

איך באצאל אלע מיינע בילס אויפן טעלעפאן מיט א קרעדיט קארד, די איינציגסטע ביל וואס מען קען נישט איז דאס.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 24, 2010 7:16 pm
דורך וואדקע
גאון האסט שוין געהערט פון עני אנדערע גאווערמענט עדזשענסי וואס נעמט קרעדיט קארדס?
אפילו רוב פריוואטע גרעסערע קאמפעניס ווי געז, אינשארענס, ליעסינג, א.ד.ג נעמען אויך נישט קרעדיט קארדס, פארוואס דען יא, עס גייט דאך אראפ אפאר פראצענט פון וואס מ'צאלט, נאר די ריטעיל סטארס /קאמפעניס ווי יעדער וויל כאפען דעם קאסטומער זיי דארפען נעמען קארטלעך,

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 7:44 am
דורך 3x0
o&r צאלסטו אויך מיט קרעדיט קארד? צאלסט אויך צו די וואס frontier בעט ווען מען וויל צאלן מיט א קרעדיט קארד?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 7:52 am
דורך שמעלקא טויב
גאון האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער פארוואס מען קען נישט באצאלן די בילס פאר די ווילידזש מיט קרעדיט קארד

איך רעד פון די וואסער און סענעטעישאן ביל.

איך באצאל אלע מיינע בילס אויפן טעלעפאן מיט א קרעדיט קארד, די איינציגסטע ביל וואס מען קען נישט איז דאס.


מסתם ברענט אייך צו צאלן יעצט פאר ס'גייט ארויף אויפ'ן טעקס ביל...

פאריאר האבעך אריינגעריפן פרעגן צו כ'קען באצאלן מיט א קרעדיט קארד האט מיר איינער געזאגט אז מ'ארבייט אויף א סיסטעם פון אטאמאטיש בילן און מ'וועט אויך קענען צאלן מיט א קרעדיט קארד. זעהט אויס אז ס'לוינט זיך זיי נישט.