בלאט 1 פון 1

מתיבתא בב"מ חלק א', ווייסט איינער וואו?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:17 pm
דורך שטארק זיך
ברצות השם גרייטן מיר זיך דעם קומנדיגן זמן , צו לערנען דעם פרק שנים אוחזין פון בבא מציעא.

בכדי זיך צו פארגרינגערן דעם עמילות בתורה (?) האב איך באשלאסן זיך איינצוהאנדלן דעם ספר הנודע 'מתיבתא', אכלל, איך גיי פון ספרים געשעפט צו ספרים געשעפט, והילד איננו, ס'נישטא צו באקומען דעם חלק מתיבתא.
שפעטער דערוויס איך זיך אז די מהדורא איז שוין אויסגעגאנגן, ספו תמו.
רבותי, העלפט מיר ארויס,
על כן:
אויב ווייסט איר אוואו מען קען באקומען מתיבתא בב"מ חלק א', מעלדט דאס איין, דא ברבים אדער אין אישי.

ולמצוה גדולה ייחשב.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 10:09 am
דורך אורח
לויט ווי איך האב געהערט דריקט מען נישט איבער מער צוליב פינאנציעלע טעמים

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 12:21 pm
דורך ביקסאד
מיר האט רבי יהושע לייפער לעצטענס געזאגט, אז מען האלט אין מיטן איבער דרוקן אלע.