בלאט 1 פון 1
רביצין לובין'ס שיעורים
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 7:59 am
דורך באנקיר
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער אירע שיעורים?
פון וועלכע קרייז איז זי?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 04, 2010 7:01 am
דורך מחזור
זי קומט פון א ליטווישע משפחה, פון משפחת קניעבסקי (לכאורה א אייניקל פון הגאון ר' חיים) אין וואוינט אין לעיקוואד.
זי זאגט שיעורים יעדע וואך שיעורים אין וויליאמסבורג פאר בערך 70 פרויען אויפאמאל, ס'קאסט בערך $230 פאר 8-9 שיעורים.
די נשים ווערן ממש משוגע פון די הערליכע שיעורים זייער אסאך גייען 2 מאל.
א קלאס פולט זיך זייער שנעל אן וכל הקודם זכה.
פארעפענטליכט: שבת יוני 05, 2010 11:34 pm
דורך בשבילי נברא
דאכט זיך אז ס'שטימט נישט אז זי זאל זיין א אייניקל פון הרה"ג ר' חיים קנייעווסקי שליט"א
אבער אזויפיל ווייס איך יא אז זי איז זייער א ערליכע און חשוב'ע רעביצין, און כפי ידיעתי ווערן אירע שיעורים געזאגט אויף א זעלטענע אויסגעהאלטענע שטייגער, און איז אנגענומען אפילו ביי גאר פרומע שטובער, וד"ל
.
פארעפענטליכט: שבת יוני 05, 2010 11:38 pm
דורך טרעגער
קען איינער אויפקלערירן, וואס אירע שיעורים זענען אללעבאוט?
שלום בית? שלום וברכה? שלום וכטו"ס? חינוך? בלעקבערי עדיקשאן? עפארדעבל לעבןשטייגער?
אוי כמעט פארגעסן צניעות?
וואס דערציילט זי
פארעפענטליכט: שבת יוני 05, 2010 11:47 pm
דורך שטארק זיך
טרעגער האט געשריבן:קען איינער אויפקלערירן, וואס אירע שיעורים זענען אללעבאוט?
שלום בית? שלום וברכה? שלום וכטו"ס? חינוך? בלעקבערי עדיקשאן? עפארדעבל לעבןשטייגער?
אוי כמעט פארגעסן צניעות?
וואס דערציילט זי
חיי הפרט