בלאט 1 פון 1

פארלוירן א סעלפאן אין אוקריינע

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 4:17 pm
דורך thefact
איינער אין פריוואטע הודעה האט געשריבן:ר' משה אהרן טייערער, ביטע פאוסט דאס פאלגענדע אין ולאחיו יאמר חזק, אויב מעגליך מאך אויף אן עקסערן אשכול
ישר כוח.
פארשטייט זיך אנאנים. ולמצוה גדולה ייחשב.
........................................
רבותי, אן עצה ווער האט?

כ'וועל עס מאכן בקיצור, ווייל איך האב קיין נערוון צו שרייבן, און איר, קיין נערווען צו ליינען...

צום פוינט:
כ'האב פארלוירן מיין סעלעפאון אין....אוקראינע. דאס לעצטע מאל וואס איך האב עס געזעהן איז געווען אין טעקסי אויפן וועג צום עירפארט קיין אהיים.

כ'האב געהאט גרויס חלישות הדעת ווייל איך האב געהאט אינעם סעלפאן וויכטיגע אינפארמאציע פון וועלכע איך האב נישט קיין בעקאפ, און כ'קען פון דעם האבן א גרויסע געלט שאדן.

למעשה האב איך זיך געהאט כמעט מייאש געווען דערפון, ביז....

דער חודש'ליכע סעלפאון ביל איז אנגעקומען 'אויפגעשוואלען' אזש עס האט נישט געפיט און פאסט קעסטל... אקיצור עימיצער און אוקראיינעח האט ווארשיינליך הנאה געהאט פון דעם טעלעפאן און געמאכט קאלס און גרויסן...

נאכן זיך ארוממאמפערן מיט עי טי ענד טי א דריי פערטל שעה, נאך וועלעכע זיי האבן ענדליך נאכגעלאזט די טשארדזשעס פון איבריגע קרוב צו דריי הונדערט דאלער. האב איך אביסל איבער געקוקט די ביל, און א נייע האפענונג האט זיך דערוועקט אין מיר: אפשר קען מען בעזר השם טרעקן דעם טעלעפאן דארך אנרופן עטליכע פון די נאמבערס, און פאר א פרייז צוריק קריגן דעם טעלעפאן?

למעשה קען איך נישט קיין אוקראייניש אדער רוסיש, ווי אויך האב איך נישט קיין מהלך וויאזוי און וואס צו פרעגן די אוקראינער און זיי משכנע צו זיי צוריק צוגעבן דעם טעלעפאן...

נו האט איינער אן עצה פאר מיר?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 5:30 pm
דורך שמערי בערי
געענטפערט אין אישית

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 8:11 pm
דורך צווענגל
ענטפער ברבים זאל יעדער הנאה האבן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 8:24 pm
דורך געלעגער
אפשר פראבירסטו צו שיקן א טעקסט צו די פאון, אז די ביסט גרייט איינצוטוישן פאר געלט,
גוגל טרענסלעיט קען דיר העלפען מיט רוסיש,

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 8:29 pm
דורך פרייליכערהייט
פאהר אראפ קיין ראשען פארקוועי, דא אין די נישט ווייטע פלעטבוש בעט א אידל אויפ'ן גאס, אדער טרעף אין איינע פון די בתי מדרשים א "למען אחי בחור'ל און בעט ער זאל דיר "מאכן א טובה" און פארהנדלען מיט זיין לאנדסמאן,
אדער יעצט רעדנדיג פאלט מיר גאהר ביי אז קענסט אפשר בעטן פון כ"ק אדמו"ר מ'פעסט שליט"א, טו די בעסט אף מיי נאלידזש קען ער א גוטן אוקרייניש, לעסט טיים איי טשעקט,

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 1:27 pm
דורך קרעמער
אונזער דאיען 'סאכדעס' קען מעגליך בייהילפיג זיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 9:55 am
דורך סאכדעס
וואס איז געווארן דערמיט? נישט אז איך קען עפעס בייהילפיג זיין, אבער יו קען נעווער נאו...

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 10:28 pm
דורך scy4851
דעפאקט.
וואס איז געווארען צום סוף?
דער האט געקריגען עפעס א וועג צוריק קריגען זיין סעל?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 29, 2009 10:30 pm
דורך גרוש
אויב נישט האב איך א איד אין אוקריינא

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 8:24 pm
דורך thefact
thefact אין פריוואטע הודעה האט געשריבן: דער עולם וויל וויסן וואס איז געווארען צום סוף?

יענער אין פריוואטע הודעה האט געשריבן:כ'האב געטראפן א גוטען קאנטאקט פערזאן דארט און אוקראינע, דערווייל האב איך עס נאך נישט, אבער עס איז נאך אלץ דא האפפענונג.

אין יאוש בעולם כלל..