בלאט 1 פון 1

פראגראמינג\וועב-דעוועלאפמענט ארבעט געזוכט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 1:03 pm
דורך 10952
איך ווייס נישט אויב דאס איז דער ריכטיגער פארום, אדער ברויך עס גאר געהערן אין "ולאחיו יאמר חזק" אדער אן אנדערער מקום, אבער פטור בלא כלום אי אפשר...

אלזא, צום פונקט:

עס ווערט געזוכט א דזשאב פאר א טויגליכער טיכטיגער אינגערמאן וועלכער איז באהאווענט אין PHP און MySQL און ווי אויך אנדערע פארשידענע טעכנאלאגיעס און פראגראמינג שפראכן, און איז אויך א שנעלער לערנער און א פלייסיגער ארבעטער וועלכער איז כסדר אינטערעסירט צו גרייכן נייע צילן און עררייכן מער און מער ידיעות און קענטעניסן.

פאר ווייטערדיגע אינפארמאציע, ביטע שיקט מיר א בריוול דא אין פריוואטן קעסטל.

א דאנק.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 2:30 pm
דורך 10952
איך זעה אז דער מנהל האט עס טאקע געריקט צו "ולאחיו יאמר חזק".

א דאנק.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 3:23 pm
דורך לאז געמאכט
האסט שוין געטראפן א פאך?

פון דיין ניק איז משמע אז די ביסט פון מאנסי, איז דאס ריכטיג?

להבהרת דברים... איך האב נישט קיין עפענוג יעצט, (ווי אויך נישט קיין פירמע) אבער אז קיינער האט נישט ריפלייט ווארף איך אריין אפאר שורות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 9:48 am
דורך 10952
א גוט יאר ר' לאז געמאכט,

ניין, דערווייל האב איך נישט געפונען את אשר אהבה נפשי, און די זוך אקציע גייט נאך אן אין פולן שוואונג.

יעדער וואס האט סיי וועלכע שטיקל אינפארמאציע וואס קען פירן צום געזוכטן, ווערט געבעטן צו אינפארמירן די אויטאריטעטן ווי אמשענלסטן.

א דאנק.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 25, 2009 9:35 am
דורך פאטאקי08
10952 האט געשריבן:ן א פלייסיגער ארבעטער וועלכער איז כסדר אינטערעסירט צו גרייכן נייע צילן און עררייכן מער און מער ידיעות און קענטעניסן.



א דאנק.

איך גלייב נישט אז מיט די אינפארמאציע וועסטו שנעלער געהאלפן ווערן...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 6:36 pm
דורך אזוי נארמאל
דו זוכסט באצולט אויף דו דזשאב, אדער א וועידזש?!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 6:43 pm
דורך ברוך_שמו
ליבערשט וואלט גוט געוועזן אויף א וועידש...

אבער פרנסה מוז מען דאך סייוויי ברענגן... האסט כאטש עפעס צו באצאלן אויף די דזשאב?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 8:39 pm
דורך קרעמער
איינער האט דא פארגעסן וועלכע ניק ער נוצט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 26, 2009 8:49 pm
דורך געלעגער
קרעמער.... ;)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 8:50 am
דורך 10952
פאטאקי08 האט געשריבן:
10952 האט געשריבן:ן א פלייסיגער ארבעטער וועלכער איז כסדר אינטערעסירט צו גרייכן נייע צילן און עררייכן מער און מער ידיעות און קענטעניסן.



א דאנק.

איך גלייב נישט אז מיט די אינפארמאציע וועסטו שנעלער געהאלפן ווערן...


פארוואס מיינסטו אז נישט? איך מיין צו זאגן דערמיט אז איך בין א אינגערמאן וואס איז אינטערעסירט צו לערנען כסדר נייע פרישע זאכן, און איז ווי געזאגט אן "הולך" און נישט קיין "עומד".

לדעתי איז דאס א גרויסער מעלה, ווייל די ווערט פונעם ארבעטער ווערט וואסאמאל מער און מער.

צום ביישפיל, האב איך ידיעות אין C++ און פארשידענע אנדערע טעכנאלאגיעס, ווי אויך בין איך נישט קיין פרעמדער ווען עס קומט צו לינוקס. על כל פנים, איך בין אינטערעסירט צו לערנען און לערנען.

וואס מאכט אייך טראכטן פארקערט?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 12:39 pm
דורך שלמי
איך פארשטיי אויך נישט דעם פאטאקי (איך האב אים קיינמאל נישט פארשטאנען, אפילו זייענדיג אין אמט)

אוודאי איז עס א גרויסע מעלה אז א אינגערמאן איז גרייט זיך צו אויסלערנען נייע זאכן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 12:47 pm
דורך ברוך_שמו
קרעמער האט געשריבן:איינער האט דא פארגעסן וועלכע ניק ער נוצט?


רבותי! איינער האט זיך איינגערעדט אז קרעמער וועט אמאל אלט ווערן, און זיין מח וועט איין שיינעם טאג אפגעדינט ווערן?!?

קיינמאל!

קרעמער; איז דא פארהאן א תקנה נישט צו נוצן מער ווי איין ניק?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 12:49 pm
דורך קרעמער
בכלל נישט. מען דארף נאר האבן א גוטן זכרון דערצו.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 27, 2009 10:00 pm
דורך 10952
כדי שלא יאמרו מדשתקי, וויל איך מודיע זיין אז איך בין נישט דער זעלבער ווי ברוך שמו און ווער עס וויל מיר שיקן פארשלאגן זאל זיך מעלדן צו "מיין" פאסט קעסטל.

א דאנק.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 10:20 am
דורך פאטאקי08

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 28, 2009 10:47 am
דורך פאטאקי08
פארגעסן צי זאגען
סקומט מיר קאמישען...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 30, 2009 9:12 am
דורך 10952
פאטאקי,

עס זעהט אפשר אייך אויס דאס זעלביגע, אבער יענער זוכט נישט ממש דאס וואס איך האב צו פארקויפן.

א דאנק אבער אין יעדענפאלס.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 3:43 pm
דורך ayid
I'm waiting on your resume
send it to good.net.programmer@gmail.com

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 03, 2009 6:36 pm
דורך שוועמל
איך כאפ שוין וואס דא גייט פאר.

פאטאקי האט קודם פארשטאנען (און איך אויך ) אז דער 10952 זוכט אן ארבייטער. דערפאר האט ער געזאגט אז א פלייסיגער ארבייטער איז שווער צו טרעפן.

אבער נאכן ענטפער פון 10952 האט מען געזען אז ער זוכט ארבעט פאר זיך.
הפנים, דער ערשטער הודעה איז סתום און נישט קלאר ארויסגעשריבן צי ער זוכט ארבעט צי אן ארבייטער.



הצלחה וברכה

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 20, 2009 12:58 pm
דורך 10952
BUMP :roll: