בלאט 20 פון 21

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2018 6:29 pm
דורך אשמע
איך ווייס נישט וואו צו זוכן, אפשר דא וועט מען מיר קענען העלפן

וואס קען מען שרייבן ווען מ'קויפט א לייכטער פאר די ב"ב?

בס"ד

געשריבן: מיטוואך מארטש 21, 2018 11:38 am
דורך מזל מידיע
געטראפן ריכטיגע פלאץ צו זוכן, קומט אין אישי.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 5:33 pm
דורך Dodo
איינער קען ביטע מיט מחזורים פאר פסח פאר א חתן מיטן נאמען מרדכי. ולמצוה גדולה יחשב

געשריבן: מאנטאג מארטש 26, 2018 2:20 pm
דורך גבר ישראל
א נוסח פאר א סידור פאר א תלמיד ישיבה א בחור? סידור תפלה בכוונה

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 29, 2018 5:50 pm
דורך אשמע
אשמע האט געשריבן:איך ווייס נישט וואו צו זוכן, אפשר דא וועט מען מיר קענען העלפן

וואס קען מען שרייבן ווען מ'קויפט א לייכטער פאר די ב"ב?

א גוטער איד האט מיר דאס אריינגעשיקט, און איך שטעל עס דא לזיכוי הרבים.
[למעשה קומט די מתנה אויך פון די קינדער (כאטש זיי זענען נאך קליין), דעריבער איז כאילו די קינדער שרייבן עס.]


א מתנה טוען מיר דיר שענקן
מיט א הארץ פול מיט בענקן
עס טוט אויסדרוקן אסאך מער ווי ווערטער
ביטע נעם עס אָן... א זילבערנע לייכטער


ו זכני לגדל בנים, טוסטו אויסגיסן פאר אונז אויס א הייסע תפלה
ז רעא חיא וקיימא, ערליכע קינדער וואס זאלן זיין ראויים לתהלה
כ ל משאלות הלב מיט אלע גוטע השפעות זיך אויסבעטן
נ רות שבת ויו"ט עס אנצוצינדן ווען דו טוסט דערצו צוטרעטן
י עדן איינעם פון אונזער משפחה אינזינען האבן עקסטער
ל אנגע געזונטע יאהרן צו זעהן נחת ביי אונז אויף ווייטער
ג רינג ערציען מיט הרחבת הדעת זאל השי"ת זיין משפיע
ד בקים בה' ומאירים את העולם ווי עס פאסט זיך פאר בני עלי'
ל שנה הבאה בירושלים הבנוי' זאל מיר בקרוב האבן די זכי'

געשריבן: דאנארשטאג מאי 17, 2018 1:00 am
דורך שואל כענין
איינער האט א פאום פאר מיידל וואס איז געווארן בת מצוה?
מיר האבן איר געקויפט א קעמרא
ישר כח

געשריבן: דאנארשטאג מאי 17, 2018 11:15 am
דורך שואל כענין
שואל כענין האט געשריבן:איינער האט א פאום פאר מיידל וואס איז געווארן בת מצוה?
מיר האבן איר געקויפט א קעמרא
ישר כח

עני העלפ??

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:11 am
דורך זענדל
טאמער ווילט איר פאומ'ס\גראמען - אלעס צוזאמען
אדער נוסחאות וכדומה - אויסגעשטעלט פיל מיט חכמה
פאר יעדע געלענהייט - צו יעדער צייט
אויף לשון קודש אדער אידיש - יעדן מאל א חידוש
אויסגעשטעלט לויט אייער ווילן - מיט ווערמע געפילן
קומט איר מיר אין אישי שיקן - און איר וועט זיך דערקוויקן
גרויס אדער קליין - פרובט אין איבערצייגט זיך אליין

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:16 am
דורך זענדל
זוכט איר ס'זאל זיין אינטרעסאנט
עפעס וואס איז נאך נישט באקאנט
נוסחאות גראמן אדער וואס איר פלאנט
דאן שיק מיר אין אישי ווי דערמאנט
לאמיר אייך עפעס געבן אין האנט...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:23 am
דורך זענדל
זכיתם בסייעתא דשמיא לעת דודים
על זאת שבחו אהובים ונתנו ידידים
נתון תתן מנחת שי בימי חג ומועדים
דברי שיר לצרף ציצים ופרחים משוקדים
לכל עת מצוא דברים מתוקים ונחמדים...

פרובט אין איבערצייגט זיך

כלה זייגער חנוכה

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:43 pm
דורך באס דרייווער
ביטע אויב איינער קען ארויס העלפן...
איך זיך צו שרייבן אפאר שירות (לאו דוקא בדרך פאום), מיטצוגעבן פאר א כלה זייגער אום חנוכה... איך זיך ארויסצוברעגן ווי חשוב און ערליך זי איז און ווי שטארק איך שעץ איר (פון א מחותן)..
ביטע ווי שנעלער ווייל איך עס עס ווערט שוין צו שפעט.. סארי.. שכוח

poem

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 04, 2018 5:07 pm
דורך טישא באקס
I need a small poem for my wife giving here a chanukkah present
thanks

פאום פאר א שיינע זייגער פאר צענערלינג טאכטערל

געשריבן: זונטאג ינואר 06, 2019 8:36 pm
דורך FREEDOM
אין די לאנגווייליגע נאכט, קען מען כאטש מהנה זיין א איד
איך זוך א
פאום פאר א שיינע זייגער פאר צענערלינג טאכטערל
4 ביז 8 שורות,
שלא להשאיר הלילה לבטלה
און דאנקישיין פון פאראויס

געשריבן: זונטאג ינואר 06, 2019 9:06 pm
דורך געוואלדיג
ווי דער זייגער אן אפשטעל גייט
דיין גוטע נאמען פאר דיר שטייט,
ווי דער זייגער גייט נאר וואו ער טוהט מעגן
גייסטו אויף גוטע וועגן,
ווי דער זייגער האלט אין איין קלאפן
טוהסט מצות איינזאפן,

א צייכן פון ליבשאפט דיר שטעלן
דו טוהסט השי"ת כסדר געפעלן
השי"ת זאל העלפן זאלסט ווייטער ברענגען נחת פאר טאטי און מאמי און פאר דיר אליין

געשריבן: זונטאג ינואר 06, 2019 10:59 pm
דורך FREEDOM
געוואלדיג האט געשריבן:ווי דער זייגער אן אפשטעל גייט
דיין גוטע נאמען פאר דיר שטייט,
ווי דער זייגער גייט נאר וואו ער טוהט מעגן
גייסטו אויף גוטע וועגן,
ווי דער זייגער האלט אין איין קלאפן
טוהסט מצות איינזאפן,

א צייכן פון ליבשאפט דיר שטעלן
דו טוהסט השי"ת כסדר געפעלן
השי"ת זאל העלפן זאלסט ווייטער ברענגען נחת פאר טאטי און מאמי און פאר דיר אליין

געבענטשט זאלט איר זען

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:59 am
דורך קאטשקע אויפן וואסער
באלאנגט אין דעם אשכול? אלנפאלס, אפשר וועט איינער האבן דערפון ניצן.

פאר די אשת חיל עקרת הבית וואס איז געפארן וויילן אין א ווארימערן קלימאט, צו שעפן פרישע כוחות:

אלעמאל צו יעדע צייט
ווען ביסט נאנט אדער ווייט
אפילו נאך א לאנגע פלייט
איבער טויזנט מייל אפגעשיידט
א חילוק פון צענליגע דעגרי פארנהייט
שפיר איך דיין ווארעמקייט
אפשר גאר דורך די סאטעלייט...

דיין איבערגעגעבנקייט
אפילו פונדערווייטנס אונז באגלייט
עס האט נישט מיט געאגראפישע נאנטקייט,
מיט דיין נאטורליכע גוטסקייט
האסטו אויך יעצט פאר קינד און קייט
אלעס אויסגערישט און צוגעגרייט
אינזין געהאט יעדע קלייניגקייט.

דיין קורצע אפוועזנהייט
געבט מיר א געלעגנהייט
אויסצודריקן מיין דאנקבארקייט
שעצע צו דיין הארציגקייט
נאכמער דיין באשיידנהייט
און דיין שטענדיגע פרייליכקייט
וואס מעסט זיך נישט אין גיגאבייט אדער טעראבייט...

כ'האב הנאה האסט צייטווייליגערהייט
געמאכט א בייט
צו פארברענגען דארט רואיגערהייט
נישטא קיין קעלט אדער ס'שנייעט
הערסט נישט א קינד וויינט און שרייעט
כאפ אריין אויפן לענג און ברייט
ווייל נאך אביסל אהיים מ'גייט
מיט פרישע כוחות גליקליכערהייט.

דיין מאן וואס ווארט דיר צוריקצוזען געזונטערהייט

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 7:02 pm
דורך סיז מסודר
איינער מיט אפאר ווערטער (מוז נישט דווקא גראמען) צוצולייגן צו א משלוח מנות פאר א עסקן?

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 7:23 pm
דורך ממה נפשך
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:באלאנגט אין דעם אשכול? אלנפאלס, אפשר וועט איינער האבן דערפון ניצן.

פאר די אשת חיל עקרת הבית וואס איז געפארן וויילן אין א ווארימערן קלימאט, צו שעפן פרישע כוחות:

אלעמאל צו יעדע צייט
ווען ביסט נאנט אדער ווייט
אפילו נאך א לאנגע פלייט
איבער טויזנט מייל אפגעשיידט
א חילוק פון צענליגע דעגרי פארנהייט
שפיר איך דיין ווארעמקייט
אפשר גאר דורך די סאטעלייט...

דיין איבערגעגעבנקייט
אפילו פונדערווייטנס אונז באגלייט
עס האט נישט מיט געאגראפישע נאנטקייט,
מיט דיין נאטורליכע גוטסקייט
האסטו אויך יעצט פאר קינד און קייט
אלעס אויסגערישט און צוגעגרייט
אינזין געהאט יעדע קלייניגקייט.

דיין קורצע אפוועזנהייט
געבט מיר א געלעגנהייט
אויסצודריקן מיין דאנקבארקייט
שעצע צו דיין הארציגקייט
נאכמער דיין באשיידנהייט
און דיין שטענדיגע פרייליכקייט
וואס מעסט זיך נישט אין גיגאבייט אדער טעראבייט...

כ'האב הנאה האסט צייטווייליגערהייט
געמאכט א בייט
צו פארברענגען דארט רואיגערהייט
נישטא קיין קעלט אדער ס'שנייעט
הערסט נישט א קינד וויינט און שרייעט
כאפ אריין אויפן לענג און ברייט
ווייל נאך אביסל אהיים מ'גייט
מיט פרישע כוחות גליקליכערהייט.

דיין מאן וואס ווארט דיר צוריקצוזען געזונטערהייט


זייער שטארק!

וואלט אפשר געפאסט ענדערש עס צו שרייבן פון עקספיריענס, דאס הייסט ווען זי קומט צוריק...

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 8:44 pm
דורך געוואלדיג
סיז מסודר האט געשריבן:איינער מיט אפאר ווערטער (מוז נישט דווקא גראמען) צוצולייגן צו א משלוח מנות פאר א עסקן?


ווערטער שרייבן
נישט גענוג ט' קבין
די מתנה דזבין
און שטיל וועל איך בלייבן

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 8:47 pm
דורך געוואלדיג
סיז מסודר האט געשריבן:איינער מיט אפאר ווערטער (מוז נישט דווקא גראמען) צוצולייגן צו א משלוח מנות פאר א עסקן?


ארויסברענגען געפילן
איז מיין ווילן
וויפילן דו טוהסט אין די שטילן
עצור לא אוכל במילין
זאל השי"ת שענקען א קארב א פולן
ערפולן דיינע גוטע צילן
ביז ער וועט שוין שיקן שילה'ן

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 11:44 pm
דורך זייער קלוג
איינער וואס קען ארויס העלפן מיט א פאום אדער שיינע גראמען זאל מיר פליז שיקן אין אישי

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:48 am
דורך געוואלדיג
עלעבריר ביטע אביסל קלארער דיין ציהל, פאר וועם וכדו'

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 10:05 am
דורך סיז מסודר
געוואלדיג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:איינער מיט אפאר ווערטער (מוז נישט דווקא גראמען) צוצולייגן צו א משלוח מנות פאר א עסקן?


ארויסברענגען געפילן
איז מיין ווילן
וויפילן דו טוהסט אין די שטילן
עצור לא אוכל במילין
זאל השי"ת שענקען א קארב א פולן
ערפולן דיינע גוטע צילן
ביז ער וועט שוין שיקן שילה'ן

שכוח סיז "געוואלדיג"!

נאכנישט פארפאסט...

געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2019 8:24 pm
דורך אילו זכינו
נאכנישט פארפאסט ניין,
איר קענט נאך ערייכן,
א פאום פרעכטיג און שיין,
וואס וועט אייער משלוח מנות בארייכן.

בלויז אן אימעיל איר שיקט,
פון און צו וועם ס'גייט,
און איר באקומט אויף צוריק,
א פארטיגע 'קאסטעם פאום' צו אייער גרויס פרייד.

poemsasap@gmail.com
וועהלט אויס איינס פון די צוויי ווערסיעס:
(דעד-ליין: תענית אסתר 12:00pm)
פרייזן: Rose Poem $60, Wine Poem $125
פרינטינג איז נישט אריינגערעכענט, איר וועט עס אליינס דארפן ארויספרינטן.
Rose Poem $60.pdf
(74.79 KiB) דאונלאודעד 88 מאל

Wine Poem $125.pdf
(104.88 KiB) דאונלאודעד 64 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 12:25 pm
דורך גליון
איך זיך א שייכות פון 1)א בעכער מיט 2) חג הסוכות, די ווערטער/גראמען וועל איך זיך שוין אליין פלאגן בעז"ה
איך זיך נאר דער קשר, דער געדאנק.

א הארציגן דאנק בהקדם.