בלאט 20 פון 28

כלה זייגער חנוכה

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:43 pm
דורך באס דרייווער
ביטע אויב איינער קען ארויס העלפן...
איך זיך צו שרייבן אפאר שירות (לאו דוקא בדרך פאום), מיטצוגעבן פאר א כלה זייגער אום חנוכה... איך זיך ארויסצוברעגן ווי חשוב און ערליך זי איז און ווי שטארק איך שעץ איר (פון א מחותן)..
ביטע ווי שנעלער ווייל איך עס עס ווערט שוין צו שפעט.. סארי.. שכוח

poem

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 5:07 pm
דורך טישא באקס
I need a small poem for my wife giving here a chanukkah present
thanks

פאום פאר א שיינע זייגער פאר צענערלינג טאכטערל

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2019 8:36 pm
דורך FREEDOM
אין די לאנגווייליגע נאכט, קען מען כאטש מהנה זיין א איד
איך זוך א
פאום פאר א שיינע זייגער פאר צענערלינג טאכטערל
4 ביז 8 שורות,
שלא להשאיר הלילה לבטלה
און דאנקישיין פון פאראויס

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2019 9:06 pm
דורך געוואלדיג
ווי דער זייגער אן אפשטעל גייט
דיין גוטע נאמען פאר דיר שטייט,
ווי דער זייגער גייט נאר וואו ער טוהט מעגן
גייסטו אויף גוטע וועגן,
ווי דער זייגער האלט אין איין קלאפן
טוהסט מצות איינזאפן,

א צייכן פון ליבשאפט דיר שטעלן
דו טוהסט השי"ת כסדר געפעלן
השי"ת זאל העלפן זאלסט ווייטער ברענגען נחת פאר טאטי און מאמי און פאר דיר אליין

געשריבן: זונטאג יאנואר 06, 2019 10:59 pm
דורך FREEDOM
געוואלדיג האט געשריבן:ווי דער זייגער אן אפשטעל גייט
דיין גוטע נאמען פאר דיר שטייט,
ווי דער זייגער גייט נאר וואו ער טוהט מעגן
גייסטו אויף גוטע וועגן,
ווי דער זייגער האלט אין איין קלאפן
טוהסט מצות איינזאפן,

א צייכן פון ליבשאפט דיר שטעלן
דו טוהסט השי"ת כסדר געפעלן
השי"ת זאל העלפן זאלסט ווייטער ברענגען נחת פאר טאטי און מאמי און פאר דיר אליין

געבענטשט זאלט איר זען

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 10:59 am
דורך קאטשקע אויפן וואסער
באלאנגט אין דעם אשכול? אלנפאלס, אפשר וועט איינער האבן דערפון ניצן.

פאר די אשת חיל עקרת הבית וואס איז געפארן וויילן אין א ווארימערן קלימאט, צו שעפן פרישע כוחות:

אלעמאל צו יעדע צייט
ווען ביסט נאנט אדער ווייט
אפילו נאך א לאנגע פלייט
איבער טויזנט מייל אפגעשיידט
א חילוק פון צענליגע דעגרי פארנהייט
שפיר איך דיין ווארעמקייט
אפשר גאר דורך די סאטעלייט...

דיין איבערגעגעבנקייט
אפילו פונדערווייטנס אונז באגלייט
עס האט נישט מיט געאגראפישע נאנטקייט,
מיט דיין נאטורליכע גוטסקייט
האסטו אויך יעצט פאר קינד און קייט
אלעס אויסגערישט און צוגעגרייט
אינזין געהאט יעדע קלייניגקייט.

דיין קורצע אפוועזנהייט
געבט מיר א געלעגנהייט
אויסצודריקן מיין דאנקבארקייט
שעצע צו דיין הארציגקייט
נאכמער דיין באשיידנהייט
און דיין שטענדיגע פרייליכקייט
וואס מעסט זיך נישט אין גיגאבייט אדער טעראבייט...

כ'האב הנאה האסט צייטווייליגערהייט
געמאכט א בייט
צו פארברענגען דארט רואיגערהייט
נישטא קיין קעלט אדער ס'שנייעט
הערסט נישט א קינד וויינט און שרייעט
כאפ אריין אויפן לענג און ברייט
ווייל נאך אביסל אהיים מ'גייט
מיט פרישע כוחות גליקליכערהייט.

דיין מאן וואס ווארט דיר צוריקצוזען געזונטערהייט

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 7:02 pm
דורך סיז מסודר
איינער מיט אפאר ווערטער (מוז נישט דווקא גראמען) צוצולייגן צו א משלוח מנות פאר א עסקן?

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 7:23 pm
דורך ממה נפשך
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:באלאנגט אין דעם אשכול? אלנפאלס, אפשר וועט איינער האבן דערפון ניצן.

פאר די אשת חיל עקרת הבית וואס איז געפארן וויילן אין א ווארימערן קלימאט, צו שעפן פרישע כוחות:

אלעמאל צו יעדע צייט
ווען ביסט נאנט אדער ווייט
אפילו נאך א לאנגע פלייט
איבער טויזנט מייל אפגעשיידט
א חילוק פון צענליגע דעגרי פארנהייט
שפיר איך דיין ווארעמקייט
אפשר גאר דורך די סאטעלייט...

דיין איבערגעגעבנקייט
אפילו פונדערווייטנס אונז באגלייט
עס האט נישט מיט געאגראפישע נאנטקייט,
מיט דיין נאטורליכע גוטסקייט
האסטו אויך יעצט פאר קינד און קייט
אלעס אויסגערישט און צוגעגרייט
אינזין געהאט יעדע קלייניגקייט.

דיין קורצע אפוועזנהייט
געבט מיר א געלעגנהייט
אויסצודריקן מיין דאנקבארקייט
שעצע צו דיין הארציגקייט
נאכמער דיין באשיידנהייט
און דיין שטענדיגע פרייליכקייט
וואס מעסט זיך נישט אין גיגאבייט אדער טעראבייט...

כ'האב הנאה האסט צייטווייליגערהייט
געמאכט א בייט
צו פארברענגען דארט רואיגערהייט
נישטא קיין קעלט אדער ס'שנייעט
הערסט נישט א קינד וויינט און שרייעט
כאפ אריין אויפן לענג און ברייט
ווייל נאך אביסל אהיים מ'גייט
מיט פרישע כוחות גליקליכערהייט.

דיין מאן וואס ווארט דיר צוריקצוזען געזונטערהייט


זייער שטארק!

וואלט אפשר געפאסט ענדערש עס צו שרייבן פון עקספיריענס, דאס הייסט ווען זי קומט צוריק...

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 8:44 pm
דורך געוואלדיג
סיז מסודר האט געשריבן:איינער מיט אפאר ווערטער (מוז נישט דווקא גראמען) צוצולייגן צו א משלוח מנות פאר א עסקן?


ווערטער שרייבן
נישט גענוג ט' קבין
די מתנה דזבין
און שטיל וועל איך בלייבן

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 8:47 pm
דורך געוואלדיג
סיז מסודר האט געשריבן:איינער מיט אפאר ווערטער (מוז נישט דווקא גראמען) צוצולייגן צו א משלוח מנות פאר א עסקן?


ארויסברענגען געפילן
איז מיין ווילן
וויפילן דו טוהסט אין די שטילן
עצור לא אוכל במילין
זאל השי"ת שענקען א קארב א פולן
ערפולן דיינע גוטע צילן
ביז ער וועט שוין שיקן שילה'ן

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 11:44 pm
דורך זייער קלוג
איינער וואס קען ארויס העלפן מיט א פאום אדער שיינע גראמען זאל מיר פליז שיקן אין אישי

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:48 am
דורך געוואלדיג
עלעבריר ביטע אביסל קלארער דיין ציהל, פאר וועם וכדו'

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 10:05 am
דורך סיז מסודר
געוואלדיג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:איינער מיט אפאר ווערטער (מוז נישט דווקא גראמען) צוצולייגן צו א משלוח מנות פאר א עסקן?


ארויסברענגען געפילן
איז מיין ווילן
וויפילן דו טוהסט אין די שטילן
עצור לא אוכל במילין
זאל השי"ת שענקען א קארב א פולן
ערפולן דיינע גוטע צילן
ביז ער וועט שוין שיקן שילה'ן

שכוח סיז "געוואלדיג"!

נאכנישט פארפאסט...

געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2019 8:24 pm
דורך אילו זכינו
נאכנישט פארפאסט ניין,
איר קענט נאך ערייכן,
א פאום פרעכטיג און שיין,
וואס וועט אייער משלוח מנות בארייכן.

בלויז אן אימעיל איר שיקט,
פון און צו וועם ס'גייט,
און איר באקומט אויף צוריק,
א פארטיגע 'קאסטעם פאום' צו אייער גרויס פרייד.

[email protected]
וועהלט אויס איינס פון די צוויי ווערסיעס:
(דעד-ליין: תענית אסתר 12:00pm)
פרייזן: Rose Poem $60, Wine Poem $125
פרינטינג איז נישט אריינגערעכענט, איר וועט עס אליינס דארפן ארויספרינטן.
Rose Poem $60.pdf
(74.79 KiB) געווארן דאונלאודעד 328 מאל

Wine Poem $125.pdf
(104.88 KiB) געווארן דאונלאודעד 234 מאל

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:25 pm
דורך גליון
איך זיך א שייכות פון 1)א בעכער מיט 2) חג הסוכות, די ווערטער/גראמען וועל איך זיך שוין אליין פלאגן בעז"ה
איך זיך נאר דער קשר, דער געדאנק.

א הארציגן דאנק בהקדם.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:52 pm
דורך ענדע צדיק!
גליון האט געשריבן:איך זיך א שייכות פון 1)א בעכער מיט 2) חג הסוכות, די ווערטער/גראמען וועל איך זיך שוין אליין פלאגן בעז"ה
איך זיך נאר דער קשר, דער געדאנק.

א הארציגן דאנק בהקדם.

ניסוח המים יין

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:54 pm
דורך ויתן לך
סוכות אותיות כוסות
סוכה - הכוס

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:54 pm
דורך איינס
ענדע צדיק! האט געשריבן:
גליון האט געשריבן:איך זיך א שייכות פון 1)א בעכער מיט 2) חג הסוכות, די ווערטער/גראמען וועל איך זיך שוין אליין פלאגן בעז"ה
איך זיך נאר דער קשר, דער געדאנק.

א הארציגן דאנק בהקדם.

ניסוח המים יין

ענדע איך ווייס נישט אויב האסט געמיינט הערנסט אדער פאר מליצה אבער סאיז פיין
ניסוך המים = ניסו״ח המים

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 12:56 pm
דורך ענדע צדיק!
איינס האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
גליון האט געשריבן:איך זיך א שייכות פון 1)א בעכער מיט 2) חג הסוכות, די ווערטער/גראמען וועל איך זיך שוין אליין פלאגן בעז"ה
איך זיך נאר דער קשר, דער געדאנק.

א הארציגן דאנק בהקדם.

ניסוח המים יין

ענדע איך ווייס נישט אויב האסט געמיינט הערנסט אדער פאר מליצה אבער סאיז פיין
ניסוך המים = ניסו״ח המים

:? גוטע מיסטעיק און גוטע מליצה...

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2020 11:34 pm
דורך איפה פייביש
איך זיך א פאום פאר א מלמד וואס האט זיך זייער גוט אפגעגעבן די לעצטע 2-3 חדשים, א שטיקל ישר כח און א וועג פון ווייזען אז מען עפרישעט זיין ארבייט.

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 12:28 am
דורך געוואלדיג
מיין מיינונג,

שרייב מיט דיינע ווערטעראוי ף א פשוט'ע אידיש, ער וועט פילן און ליינען דיין הארץ, עס אזי שטערקער פון די בעסטע פאום וואס א צווייטער וועט שרייבן פאר דיר, (פון עקספיריענס פון ביידע זייטן פונעם טישל) כמובן פארגעס נישט די טיפ......

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 12:30 am
דורך למען ידעו
איפה פייביש האט געשריבן:איך זיך א פאום פאר א מלמד וואס האט זיך זייער גוט אפגעגעבן די לעצטע 2-3 חדשים, א שטיקל ישר כח און א וועג פון ווייזען אז מען עפרישעט זיין ארבייט.

האט ער געהאט די קינדער ביי אים און שטוב ?
איך קען דיר שיקן וואס איך האב בס״ד געשריבן פאר דעם בעה״ב פון דער שטוב ווי מיין זון׳ס חדר איז סטאנציאנירט די פאר וואכן

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 12:42 am
דורך למען ידעו
למען ידעו האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:איך זיך א פאום פאר א מלמד וואס האט זיך זייער גוט אפגעגעבן די לעצטע 2-3 חדשים, א שטיקל ישר כח און א וועג פון ווייזען אז מען עפרישעט זיין ארבייט.

האט ער געהאט די קינדער ביי אים און שטוב ?
איך קען דיר שיקן וואס איך האב בס״ד געשריבן פאר דעם בעה״ב פון דער שטוב ווי מיין זון׳ס חדר איז סטאנציאנירט די פאר וואכן


שווער צו שילדערן אויפן פאפיר
דאס מסירת נפש פון אייך א שיעור
ווען עס קומט אן שווער יעדע ריר
אזא געוואלדיגע זכי׳ האט איר
א תלמוד תורה געגעבן אן ארגענעזיר

מיר האבן בקבלה במסורה
ווען מיט קינדער מען לערענט תורה
דארט די הייליגע שכינה איז שורה
כי טוב סחרה מכל סחורה
און אוואדי און אזא מצב לכאורה
כי הוא לנו עוז ואורה
אזא נחת רוח פארן הייליגן בורא

זאל השי״ת אייך באצאלן בכפלים
ביי אייערע קינדער ובני בניהם
זאל זיין חיי תורה די ריכטיגע חיים
שמחה ונחת תורה ויראת שמים
השפעות כמים שאין להם סוף, כמים
דעם גלות בזכות זה זיין מסיים
שוין מיט משיח גיין קיין ירושלים. אמן

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 12:43 am
דורך איפה פייביש
למען ידעו האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:איך זיך א פאום פאר א מלמד וואס האט זיך זייער גוט אפגעגעבן די לעצטע 2-3 חדשים, א שטיקל ישר כח און א וועג פון ווייזען אז מען עפרישעט זיין ארבייט.

האט ער געהאט די קינדער ביי אים און שטוב ?
איך קען דיר שיקן וואס איך האב בס״ד געשריבן פאר דעם בעה״ב פון דער שטוב ווי מיין זון׳ס חדר איז סטאנציאנירט די פאר וואכן

יא א ידען טאג פאר 2-3 חדשים!

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 12:52 am
דורך למען ידעו
איפה פייביש האט געשריבן:
למען ידעו האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:איך זיך א פאום פאר א מלמד וואס האט זיך זייער גוט אפגעגעבן די לעצטע 2-3 חדשים, א שטיקל ישר כח און א וועג פון ווייזען אז מען עפרישעט זיין ארבייט.

האט ער געהאט די קינדער ביי אים און שטוב ?
איך קען דיר שיקן וואס איך האב בס״ד געשריבן פאר דעם בעה״ב פון דער שטוב ווי מיין זון׳ס חדר איז סטאנציאנירט די פאר וואכן

יא א ידען טאג פאר 2-3 חדשים!

דאס איז וואס איך האב לכתחילה געשריבן פאר איינעם נישט דעם מלמד וואס האט אוועקגעגעבן זיין שטוב.

עס איז די זעלבע ווי וואס איך האב פריער געשריבן, יענץ איז נאר אביסעלע ארומגעטוישט מישט וואוסענדיג אז ער האט געהאט און שטוב.

שווער צו שילדערן אויפן פאפיר
דאס מסירת נפש פון אייך אן א שיעור
ווען עס קומט אן שווער יעדע ריר
אזא געוואלדיגע זכי׳ האט איר
דארט אינטער אייער טיר
א תלמוד תורה געגעבן אן ארגענעזיר

מיר האבן בקבלה במסורה
א שטוב ווי מען לערענט תורה
דארט די הייליגע שכינה איז שורה
כי טוב סחרה מכל סחורה
און כש״כ ווען דאס זענען תשב״ר לכאורה
אזא נחת רוח פארן הייליגן בורא
אזא שטוב פון גארנישט מען דארף האבן מורא
עס וועט הערשן דארט נאר שמחה ואורה

זאל השי״ת אייך באצאלן בכפלים
ביי אייערע קינדער ובני בניהם
זאל זיין חיי תורה די ריכטיגע חיים
שמחה ונחת תורה ויראת שמים
השפעות כמים שאין להם סוף, כמים
דעם גלות בזכות זה זיין מסיים
שוין מיט משיח גיין קיין ירושלים. אמן