בלאט 15 פון 17

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 10:48 am
דורך פיטום
א גראם מיט טעם האט געשריבן:פאר אונזער טייערע כלה א מתנה שיקען
א קייט פון פערל מיט א הארציגע ברכה
ווייטער שפינען אונזער שלשלשת די גאלדענע שטריקען
נאך א פערל אינעם קייט פון אונזער משפחה

אין די יעצטיגע זמנים גאר פאסיג
ווען מיר דאנקען אויף די ניסים פון אמאל
די יוונים געוואלט מבטל זיין דעם וצונו לעסוק
אפהאקען דעם קייטעל פון כלל ישראל

דערפאר איז אונזער ווינטש און האף
פונקט ווי היינט אזוי שיין און לעכטיג
א קייטעל פון ברכות עד אין סוף
בויען א שטוב ערליך און פרעכטיג.

WOW!!! מעידזער דזאב

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 29, 2014 11:50 am
דורך כרמי
wow
באקומען מער ווי געבעטן.
זאל דיר גאט געבן מער ווי דו בעטס פון איהם.
יישר כח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 30, 2014 3:19 am
דורך קאפעלוטש מאכער
איך דארף א פאום, אדער אפילו א פשוטע שיינע בריוו, אויף ענגליש, לכבוד דאס געבן א דיימאנד רינגל צו א כלה, נישט ביים תנאים.
כ'וועל שטארק מכיר טובה זיין איינער וואס העלפט מיר ארויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 7:46 am
דורך איפה פייביש
איינער קען אפשר ארויסהעלפן וויזוי אנצוהייבן א פאום פאר א כלה צו די תנאים, עס דארף זיך אנהייבן מיט א ח'
ישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 8:21 am
דורך א גראם מיט טעם
חסדי ה'כי לא תמנו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 10:59 am
דורך איפה פייביש
ישא כח אבער איך דארף עס אין יודש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 11:11 am
דורך א גראם מיט טעם
ח איז נישט אין אידיש לאנגיאדזש
ממילא מיזטו ניצען לשון קודש,אבער קעמסט טרייען עפעס ווי דעס

חסד האט אונז דער בורא געוויזען
אדער
חשובע כלה תחי'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 11:28 am
דורך איפה פייביש
שכח האב מיר עפעס צאם געקלאפט וויזוי שרייבט מען אינטער צום סוף?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 11:38 am
דורך א גראם מיט טעם
החתן.... ני"ו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 1:48 pm
דורך ענדע צדיק!
מאנכע זענען מקפיד נישט ארויסצושרייבן דעם חתן'ס נאמען. און בכלל נישט שרייבן אז די חתן שיקט נאר די מחותנים. ווער געווואויר וויאזוי מען פירט זיך ביי די מחתונים..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 1:51 pm
דורך סביב העולם
די מער באלבאטישע שרייבן אונטער ווי עס וואונטשט וואלווי וכדו'
ווייניגער בעלבית'ש שרייבן אונטער ווי עס וואונטשט די חתן
סתם המון עם שרייבן אונטער די מחותנים און די חתן
די מער חסידישע שרייבן בלויז די מחותנים

א poem פאר די עקרת הבית

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 6:34 pm
דורך רבי משה
נאכן אדורעך בלעטערן אלע עמודים, האב איך נאכנישט געטראפן א שיינע גראם פאר מיין שלום בית לכבוד די מתנה וואס איך האב איר געקויפט.
אולי קען זיך איינער מרחם זיין אויף מיר, אראפשרייבן שיינע גראמען פאר די טייערע ברעיסלעט וואס איך האב איר געקויפט.
ולמצוה גדולה יחשב

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 8:40 pm
דורך ענדע צדיק!
די גאלדענע הענ"ט
איבעראל מען דערקענט
די הויז איז צויבער און ציכטיג
אלעס מסודר וואס איז וויכטיג
דו ביסט מיין רעכטע האנ"ט
מיט בינה יתירה – אויסטערלישע פארשטאנד
איך ווייס נישט ווי אזוי דאס אלעס די האסט געקענט
די האסט דאך פארט נאר צוויי הענ"ט?
איך וויל אויסדרוקען מיין דאנק
מיט די קליינע געשאנק
ווער דארף ווערן באעהרט
די "צוויי גאלדענע הענ"ט" זענען עס ווערד

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 10:18 pm
דורך סביב העולם
ענדע ריזיג!
ס'לוינט צו קויפן פאר מיין אידענע שוין איצטעט א האנד באנד בלויז צו קענען מיט לייגן די פאום

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 9:25 am
דורך א גראם מיט טעם
בד"וו וואס האלט דער עולם דא איז א נארמאלע פרייז צו בעטען פאר א פאום?
ווייל הגם עס קומט אן גרינגער פאר אונז בדחנים ווי סתם מענטשען, איז עס פארט צייט און מחשבה,איך מיין נישט די פרייז פאר א שיינע פעיפער לאמינעיטעד, נאר די פאום אליינס, וויפעל דארף קאסטען?

(איך רעד פון די סארט וואס לויפט אויף א נאמען וכו' וואס נעמט מער קאפ און צייט צו שרייבען ווי סתם א גראם )

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:47 am
דורך א נייע מעשה
מען האלט שוין נאכן תנאים ב"ה, א שיינע שמחה געווען, שיינע מתנות צוזאמען מיט פאומס, יעצט דארף מען צוריק שיקן א טענק-יו קארטל פאר די אלע פעטערס און מומעס.

ווער האט א געדאנק, צו דער זאך, קורץ און שארף?

ישר כח

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 2:17 pm
דורך שאץ מאץ
א נייע מעשה האט געשריבן:מען האלט שוין נאכן תנאים ב"ה, א שיינע שמחה געווען, שיינע מתנות צוזאמען מיט פאומס, יעצט דארף מען צוריק שיקן א טענק-יו קארטל פאר די אלע פעטערס און מומעס.

ווער האט א געדאנק, צו דער זאך, קורץ און שארף?

ישר כח


דו ביסט דער חתן?
צו די כלה?
גיב ארויס דעם סוד.... ס'איז נישט קיין גילו

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 3:08 pm
דורך א נייע מעשה
שאץ מאץ האט געשריבן:
א נייע מעשה האט געשריבן:מען האלט שוין נאכן תנאים ב"ה, א שיינע שמחה געווען, שיינע מתנות צוזאמען מיט פאומס, יעצט דארף מען צוריק שיקן א טענק-יו קארטל פאר די אלע פעטערס און מומעס.

ווער האט א געדאנק, צו דער זאך, קורץ און שארף?

ישר כח


דו ביסט דער חתן?
צו די כלה?
גיב ארויס דעם סוד.... ס'איז נישט קיין גילו

מצד הכלה

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 10:13 am
דורך רבי משה
ענדע צדיק. ביסט ריזיג! א מייסטערהאפיגע ארבייט
דער אויבערשטער זאל העלפען זאלסט האבן א חלק אין הבאת שלום בין איש לאשתו.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 2:48 pm
דורך ענדע צדיק!
אמן

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 2:56 pm
דורך שלעפשיץ
רבי משה האט געשריבן:ענדע צדיק. ביסט ריזיג! א מייסטערהאפיגע ארבייט
דער אויבערשטער זאל העלפען זאלסט האבן א חלק אין הבאת שלום בין איש לאשתו.


i second that
גיימער עס נוצן אי"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 4:24 pm
דורך א גראם מיט טעם
א גראם מיט טעם האט געשריבן:בד"וו וואס האלט דער עולם דא איז א נארמאלע פרייז צו בעטען פאר א פאום?
ווייל הגם עס קומט אן גרינגער פאר אונז בדחנים ווי סתם מענטשען, איז עס פארט צייט און מחשבה,איך מיין נישט די פרייז פאר א שיינע פעיפער לאמינעיטעד, נאר די פאום אליינס, וויפעל דארף קאסטען?

(איך רעד פון די סארט וואס לויפט אויף א נאמען וכו' וואס נעמט מער קאפ און צייט צו שרייבען ווי סתם א גראם )

נו רבותי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 20, 2014 2:16 am
דורך שאץ מאץ
א גראם מיט טעם האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:בד"וו וואס האלט דער עולם דא איז א נארמאלע פרייז צו בעטען פאר א פאום?
ווייל הגם עס קומט אן גרינגער פאר אונז בדחנים ווי סתם מענטשען, איז עס פארט צייט און מחשבה,איך מיין נישט די פרייז פאר א שיינע פעיפער לאמינעיטעד, נאר די פאום אליינס, וויפעל דארף קאסטען?

(איך רעד פון די סארט וואס לויפט אויף א נאמען וכו' וואס נעמט מער קאפ און צייט צו שרייבען ווי סתם א גראם )

נו רבותי?


ווענט זיך לויט די שורות,
א געווענדליכע פאום פון בערך 10 - 12 שורות, מעג א פראפעשענול בעטן רואיג 50 טאללער

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 12:12 pm
דורך יהיה כן
א פאום פאר א חתן מתנה מנורה לחנוכה בלה"ק דייקא (מעג זיין מיט מליצות אויך)
זאל זיין מיט ראשי תיבות יהושע העשיל, ואולי גם בסו"ת מנורה
שכוח

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 12:22 pm
דורך גרויזאמער
נישט ממש וואס דו זוכסט, אבער זיי האבן ארויפגעלייגט אפאר חנוכה זאכן:

http://tzetelmaker.com/template-category/greetings/