בלאט 14 פון 17
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 10:07 am
דורך ראש הקהל
אויף פעידזש 11 האב איך ארויפגעלייגט א פאום צו שיקען א סעט מחזורים אויף ראש השנה, עיי"ש ויביאו המלקנים וילינקו.
ווי אויף דארף עפעס צו זענען א נוסח פון שאץ מאץ.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 10:08 am
דורך סביב העולם
אין אידיש?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 10:40 am
דורך msp
מחזורים פאר די הייליגע טעג וואס קומען
כדי די תפילות זאלען ווערען אהן גענומען
טוהן מיר דיר געבען אלץ מתנה
מיט א מחשבה א טייערע כוונה
דיינע תפילות זאלען אויס פועל'ן אלעס גוטס
א גוט יאהר ברכה והצלחה און אלץ וואס קומט צו נוץ
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 12:00 pm
דורך סביב העולם
יישר כח ר' מנחם שלום
אויב האט איר באנערקט האב איך געפרעגט פאר אידיש
און אויך עס זאל זיך אנהייבן מיט די אויתיות מחזורים אדער לשנה טובה און דאס גלייכן
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:19 pm
דורך שאץ מאץ
אטע דא איז א נוסח מיט די התחלה "שנה טובה" און די סוף "מחזורים"
א נייעס פיעס....
שטייענדיג צום יאר דאס נייעם, ווען אלע אונזערע תפלות זענען זכרינו לחיימ
נאך א תפלה און נאך א געבעט דאס דעגרייכט הועך, און פארמאגט א גרויסן כח
האפן מיר אויף חסדים בלויז, צום נייעם יאר ווען עס ווערט באנייט א ניי הויז
טאקע מיט די "מחזורים" תקבל את תפלתינו, ר"ה יו"כ און אגאנץ יאר בכל ימינו
וועלכע ברכה מ'וואונטשט זיך אליין נאר, נחת מיט הרחבה פון א ערליך דור
בני חיא ומזוני מיט ברכות עד בלי די, א זיס לעכטיג יאר זאל קומען פון דאסניי
ה' זאל זיך אונז צוריק קערן אהיים, צום בית המקדש אין הייליגן שטאט ירושלים
ווי עס וואונטשן די מחותנים
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:23 pm
דורך סביב העולם
שאצי אן עקסטער לארדש טענקס
נייס פיעס איז נישט די אויסדריק נאר א מעסטער פיעס
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:24 pm
דורך שאץ מאץ
נו וואשע האסטו געואאלט, איך זאל מיך אליין רומען?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:26 pm
דורך סביב העולם
גראדע האב איך פורבירט אליין צו מאכן אבער שאץ דיינס איז קורץ און שארף שורט אין טו די פוינט בלע"ז
אט דאס האב איך אליינס פרובירט - עס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך אויך מיט 'מחזורים'
ווען צום נייעם יאהר עפענט זיך די טיהרן, ווילן מיר א סעט מחזורים פרעזענטירן, פאר אונזער חשוב'ע טייערע כלה "......" מיר טוען מיט איר שטאלצירן, ווי אן אייגן קינד צו אונז מיר טוען שפירן, אונזער וואונטש איז דיין יום טוב טיש צו באצירן, צו העלפן מיט די תפילות מיר פרובירן, ווייל די תפילות פון א כלה גאר הויעך מען טוט פירן.
מליצי יושר גוטע מלאכים, זאלן דיינע תפילות ושבחים, ארויפטראגן צום מלכי המלכים, פון איצט לנצח נצחימ
חתימה טובה זאלסטו אנגעשריבן ווערן, א לעכטיג יאהר באשערן, די מזל זאל זיך מערן, שטענדיג זיין מצליח
זאלן די תפילות פון די מחזורים דיר באגלייטן, אויסלעבן איינע מיטן צווייטן, נאר גליקליכע צייטן, אין די נייע הויז
וואוילע ערליכע דורות אויפשטעלן, א שטוב וואס זאל דעם בורא געפעלן, נאר אידיש נחת צו קוועלן, מיט פרייד דערצו
ראש השנה די אנהויב פון א לעבן וואס וועט בליעהן, די גאלדענע קייט וועט זיך ציעהן, די שכינה זאל רועהן, שטענדיג נאר
יאהרן געזונטע צוזאמען, אויך אויסבעטן פאר טאטע און מאמען, זכרנו לחיים דערמאנען, מיט הרחבת הדעת דערביי
משיח צדקינו מיט די קול שופר צו הערן, צו א קול חתן וקול כלה פארוואנדעלט ווערן, קיין ירושלים זיך אומקערן, בקרב הימים
מיט וואונטש פון טיפן הארץ ביז גאר, א גוט געבענטשט יאר
די מחותנים און .......
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 2:32 pm
דורך סביב העולם
און דא שרייב איך א דאנק פאר שאצי ירום הודו
מילים אין די בפי להודות לכם מקרב הלב פנימה
רגשי ונימי לבי הומה להביע בשפה ברורה ונעימה
דבריכם אמירה כתיבה יהיבה בתשואת חן ברשימה
כבודכם לשתף אחרים בכשרונתכם המופלאה להשלימה
יום ליום יביע אומר ולחוה דעת בחפץ לב בפיוטים וחרוזים עצתו להקימה
דור לדור ישבח מעשיך מעשי ידיך להתפאר
ועל כולם יתברך בברכה ישא ה' פניו אליך ויאר
דבריכם יהיו נשמעים בקצוי תבל בתוך לבבות ישראל להאר
ידידכם עוז סביבי
רינגל אויף יו"ט סוכות
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 7:27 am
דורך גליון
דאס גראם וועל איך זיך שוין אן עצה טאן בס"ד
איך זיך אבער א 'געדאנק' וואס צו שרייבן, בשייכות רינגל אויף יו"ט סכות.
אגב, וויאזוי די הלכה... ווען מען וויל 'פערסאנעלייזן' די 'פאום' און אנהייבן די ראשי השורות מיט די אותיות, און די כלה האט נאר איין און א קורצער נאמען... למשל רחל.. מעג מען שרייבן נאר 3 שורות??
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 9:22 am
דורך מי יודע
אוודאי מעג מען, די חכמה איז נאר צו קענען אלעס אריינלייגן אין 3 שורות
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 9:24 am
דורך סביב העולם
איך שרייב געווענליך רחל תחי' האסטו נאך דריי שורות
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 9:25 am
דורך סביב העולם
וואס איז מיט דיר האסטו נישט א רינגל ארום דיין לולב?
אויך שטייט פון געוויסע ספרי חסידות אז די אמהות קומען אויך מיט מיט די אושפיזא האסטו דאך 'רחל'
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 9:37 am
דורך גליון
[quote="סביב העולם"]וואס איז מיט דיר האסטו נישט א רינגל ארום דיין לולב?
בוודאי האב איך... אשר ע"כ?..
טייערע כלה, אזוי ווי איך האב א רינגל ארום מיין לולב, זאל השי"ת העלפן ביי ענק אויך...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2014 5:50 pm
דורך שאץ מאץ
סוכה איז דער אור וואס רינגל'ט ארום אידישע קינדער אין גלות,
דער רינג פון די פיר סוכה ווענט, באגלייט אונז ביז שמחת תורה ווען די מיט די תורה טאנצט מען ארום און מ'רינגלט ארום דעם שול,
זאל דערב אש' ווייטער אונז אריינעמען אין זיין רינג און זיין מקושר וכו',
סתם שטויות
פערל קייטל - חנוכה
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 11:41 am
דורך דרוריקרא
איינער קען מיר העלפן טרעפן א שייכות פון חנוכה מיט פערל
?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 3:16 pm
דורך לכתחילה אריבער
דרוריקרא האט געשריבן:איינער קען מיר העלפן טרעפן א שייכות פון חנוכה מיט פערל
?
די אויל איז געווען באהאלטן אז די גוים זאלן נישט מטמא זיין, און א אידישע שטוב דארף זיין "געזיגעלט" אז די גוישע רוח זאל נישט אריין דרינגען, אזוי ווי די פערל קומט "באהאלטן" אין די "שעל" אז עס זאל נישט ווערן געשעדיגט פון דרויסענדיגע השפעה....
וואטעווער, אפשר צו ערענסט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 4:26 pm
דורך שאץ מאץ
אור התורה נתגלה בחנוכה,
התורה הוא כמרגליות...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 7:34 pm
דורך כרמי
באמת שיין, יישר כח
אבער אונזער כלה וועט זיך דערשרעקן מיט אזעלכע תורות.
דאס קען רואיג געניצט ווערן פאר א חתן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 8:29 pm
דורך לכתחילה אריבער
די נס פון די אויל ווייזט אז אויב מען איז "קאנסיסטענט" מען גייט ווייטער און ווייטער, צום סוף טרעפט מען די תכלית, די פערל שטיין ווערט פארמירט א "לעיער נאך א לעיער" אנהייב קוקט עס נישט אויס ווי גארנישט, אבער מיט די צייט אז מען לייגט צו נאך און נאך, ווערט צום סוף א הערליכע פערל.
מען פאנגט אן בויען א אידישע היים, בלא בלא בלא, מען האט קינדער מען ציט זיי אויף, בלא בלא בלא, נאך יארן זעהט מען די תכלית פון די שיינע פערעלעך וואס וואקסען אויף.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 11:18 pm
דורך פאטאקי08
לכתחילה
איך האב מורא אז די כלה וועט ארויסווארפן די פערל קייטל פון פענסטער גלייך זי באקומט דאס זאל זי נאר זען אן ארטיקל פון לכתחילה אריבער וויאזוי מען פאבריצירט פערל שטיינער...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 11:20 pm
דורך לכתחילה אריבער
חחחח! א פוינט!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 4:47 am
דורך msp
דורך די מס״נ פון די חשמונאים איז די צוקומפט פון די קייט פון אידישע פּערל פארזיכערט געווארען
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 8:20 am
דורך א גראם מיט טעם
פאר אונזער טייערע כלה א מתנה שיקען
א קייט פון פערל מיט א הארציגע ברכה
ווייטער שפינען אונזער שלשלשת די גאלדענע שטריקען
נאך א פערל אינעם קייט פון אונזער משפחה
אין די יעצטיגע זמנים גאר פאסיג
ווען מיר דאנקען אויף די ניסים פון אמאל
די יוונים געוואלט מבטל זיין דעם וצונו לעסוק
אפהאקען דעם קייטעל פון כלל ישראל
דערפאר איז אונזער ווינטש און האף
פונקט ווי היינט אזוי שיין און לעכטיג
א קייטעל פון ברכות עד אין סוף
בויען א שטוב ערליך און פרעכטיג.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 8:48 am
דורך msp
זעהר שיין