בלאט 13 פון 17

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 6:40 pm
דורך ראש הקהל
האט איינער א פאום א גוט ווארט וואס מ'קען שרייבען פאר דו עקרת הבית
ווען מ'וויל איר עפעס קויפען פאר'ן זיך אזוי איבער ארבעטן צו מאכען דאס הויז ריין פאר פסח?

בתודה מראש

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:18 am
דורך msp
אויף אידיש?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 9:18 am
דורך רוסישער
ראש הקהל האט געשריבן:האט איינער א פאום א גוט ווארט וואס מ'קען שרייבען פאר דו עקרת הבית
ווען מ'וויל איר עפעס קויפען פאר'ן זיך אזוי איבער ארבעטן צו מאכען דאס הויז ריין פאר פסח?

בתודה מראש

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:43 am
דורך ראש הקהל
msp האט געשריבן:אויף אידיש?


יא. אויב מעגליך.
שכויח.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 1:50 pm
דורך msp
בזכות נשים צדקניות האבען מיר זוכה געווען צו די גאולה
זייער מסירות נפש איז געווען דערפאר די בעסטע סגולה
דאס איז ווייטער אהן געגאנגען אלע דורות אין יעדע קהילה
און דו אויך מאכסט זיכער אלעס זאל קלאפען לכתחילה
מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבענקייט ס'איז ראוי לתהילה
וויל איך אין די ווערטער אויסדרוקען מיין הארציגע תפילה
זאל דער הייליגע באשעפער אין הימעל דער נורא עלילה
דיר געבען געזונטע יאהרען צו דערלעבען ונבנתה עיר על תילה

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm
דורך רוסישער
msp האט געשריבן:בזכות נשים צדקניות האבען מיר זוכה געווען צו די גאולה
זייער מסירות נפש איז געווען דערפאר די בעסטע סגולה
דאס איז ווייטער אהן געגאנגען אלע דורות אין יעדע קהילה
און דו אויך מאכסט זיכער אלעס זאל קלאפען לכתחילה
מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבענקייט ס'איז ראוי לתהילה
וויל איך אין די ווערטער אויסדרוקען מיין הארציגע תפילה
זאל דער הייליגע באשעפער אין הימעל דער נורא עלילה
דיר געבען געזונטע יאהרען צו דערלעבען ונבנתה עיר על תילה

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- זייער זייער גיט

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 7:41 pm
דורך ראש הקהל
גרויסע שכויח מנחם שלום פאר דיין הערליכען געלונגענע שטיקל, תזכו למצוות.

אגב ידוע דברי הרה"ק מראפשיץ זצ"ל אז בזכות נשים צדקניות נגאלו ממצרים, שקישוי השעבוד והלחץ של הנשים, זה משלים הגליות. והבן....

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 8:22 pm
דורך יוראפ
זייער שיין ר' מנחם שלום

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 7:58 am
דורך דרוריקרא
א זכי' צו זעהן ווי טאלאנטפולע אידן העלפן זיך

איך האב געקויפט א ווייסער טיכל א געשאנק
פאר די ב"ב אלס דאנק
איך וויל צושרייבן א רעיון א געדאנק
דאס איז פאר זיי וויכטיגער ווי געטראנק...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:19 am
דורך ענדע צדיק!
טרעפט איינער א המשך פון א ברעיסלעט צו פסח?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:32 am
דורך רוסישער
שאץ מאץ האט געשריבן:לזכות הציבור צו קענען מאכן אליין פאומס לייג איך ארויף ווערטער (ס'איז דא אסאך מער דאס איז נאר א מקצת) אנהייב און סוף צו קענען ארויס נעמען ווערטער פאר שורות,

אנפאנג
א) אונז, איך, איז, אין, אזוי, אבער, אריין, אלטע, אלע, איה"ש, אט, אייביג, אפעטיט, אויך, אנפאנג, אייניקלעך, אזעלכע,
ב) בעטן, ברענגען, ביי, ברויך, בענקען, ביז, בשעה, בורא, בית נאמן, בוים, בויען, בנין,
ג) געוויס, געהאט, גרינג, גאר, גאלדענע, גאנצע, געפארן, געברענגט, געטאנצן, גוטע, געגאנגען, געבן, גענוי, געפילן, געבענטשט,
ד) דאנקען, דערפאר, דער, די, דאָך, דורות,
ה) היינט, הצלחה, הקב"ה, הארץ, השם, השמים, הערן, השפעות, האפן,
ו) ווייל, ווי, ווען, וואונטשן, וואוילע, ווארעמע,
ז) זינגען, זייער, זרעא חיא, זאלן, זיי, זיידעס, זכי', זמירות,
ח) חיים, חשוב'ע, חסדים, חברים, חאטש,
ט) טייערע, טויערן, טרעטן, טרערן, טאנצן, טריט,
י) יעדער, יומם ולילה, ישועות, יעצט, יהי רצון, יעלה
כ) כל משאלות , כן נזכה, כלה, כולם יודו, כן ירבו
ל) לויבן, לעבן, לאנגע, לאמיר, להודות, לאורך ימים, לכבוד, לדור ודור, לעולם, לשנה,
מ) מיר, מיט, מזל, מיינע, מתנה, מער, משפחה,
נ) נייע, נאר, נחת, נברך, נזמר, נודה, נישטא,
ס) ס'זאל, ספר, ס'איז,
ע) עס, ערליכע, ענדיגן, עלטערן, עת, עלינו,
פ) פון טיפן, פאר, פיין, פירות, פרייד, פתח, פריער, פינקט,
צ) צווישן, צום, צוויי, צדיק, צופרידן, ציון, ציען, צו, צער,
ק) קול, קיינמאל, קינדער, קעגן משיח, קשר, קויפן
ר) רב נחת, רוב, רנה, רעגן, רפואות, רחמים, רצון,
ש) שפע, שמחה, שערים, שעפן, שיקן, שוין, שיינע, שבת,
ת) תורה וגדולה, תפלות, תמיד,


סוף
א) דא, חנא וחסדא, גמרא, בורא, רויחא, סייעתא דשמיא,
ב) טוב, לרוב, חוב, בקרוב, שרייב, אב,
ג) גענוג, סיג, אויג, תענוג, צווייג, זינג,
ד) עדי עד, צד, סוד, כבוד, באלד,
ה) שעה, במהרה, מנורה, טובה, דירה, שירה,
ו) אבותינו, שהחיינו, דערצו, כלו רחמיו,
ז) אונז, הויז, ביז, ס'איז, בלויז
ח) כח, נחת ריח, שיר ושבח, אך שמח, מצליח, משיח,
ט) טריט, גוט, מינוט, בעט, זעהט, קייט, באגלייט,
י) אזוי, חי, ווי, בלי די, געטריי, דאסניי, דערביי, זיי, צוויי, ישי, כדאי, כדי,
כ) נאך, אסאך, דאך, מלך זך, וואך, גלייך,
ל) קוואל, מעל, חל, גבול, אדון כל, שוועל, צאל אלעמאל, ישרא'ל אהל, וואויל, שטיל גבול, וגיל, געפיל, ציל,
מ) לעולם, רם, אומעטים, ארום, סכום, היים, בורא כל עולמים, בוים, יום,
נ) רצון, לשון, קרוין, שוין, קוועלן, דערפון, דערון, אינזין, שיין אליין מיין, זיין, חן,
ס) גרויס, הייס, געוויס, שלוס,
ע) גאלדענע, ערליכע, פרייליכע, וואוילע, אידישע, טאקע, שיינע, פיינע,
פ) ארויף, סוף, קאפ, טראפ, באגריף, טיף, גוף,
צ) קץ, עץ, צוניץ, שיץ,
ק) קוק, צוריק, גליק, שטארק, עק צוועק,
ר) שער, דערפאר, צער, שכר, שיעור, פריער, שבח ושיר, טויער,
ש) אידיש, חסידיש, בראש,
ת) דורות, תולדות, השפעות, נחת, אבות,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:26 am
דורך גליון
רוסישער, יישר כח פאר'ן עס צוברענגען, איך ניץ דאס שוין עטליכע יאר, הרב שאץ האט מיר געזאגט אז ער האט אסאך מוסיף צו זיין דערצו.
אבער וואס דער עולם בעט דא איז א געדאנק, א שייכות פונעם מתנה צום יו"ט וכדו'
נישט דער עצם גראם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:10 pm
דורך ראש הקהל
ענדע צדיק! האט געשריבן:טרעפט איינער א המשך פון א ברעיסלעט צו פסח?



זי באקומט אויך איר ריחיים של יד...
מדה כנגד מדה פאר איר געוואלדיגע האנט וואס זי לייגט אריין אונעם יו"ט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:28 pm
דורך ווינקל
דרוריקרא האט געשריבן:א זכי' צו זעהן ווי טאלאנטפולע אידן העלפן זיך

איך האב געקויפט א ווייסער טיכל א געשאנק
פאר די ב"ב אלס דאנק
איך וויל צושרייבן א רעיון א געדאנק
דאס איז פאר זיי וויכטיגער ווי געטראנק...

בזכות די צניעות פון די נשים צדקניות איז מען ארויס פון מצרים...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:37 pm
דורך ענדע צדיק!
ראש הקהל האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:טרעפט איינער א המשך פון א ברעיסלעט צו פסח?



זי באקומט אויך איר ריחיים של יד...
מדה כנגד מדה פאר איר געוואלדיגע האנט וואס זי לייגט אריין אונעם יו"ט.


מיינסט אוודאי מיין רחיים על צווארו....

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2014 9:49 pm
דורך פאטאקי08
א פאום פאר א חתן שלמה צבי
בעכער פסח
א דאנק

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 1:53 pm
דורך סביב העולם
אויב איינער קען מיר צוהעלפען מיט אפאר ווערטער איינצולאדענען מיינע עלטערן און שוויגער עלטערן צו מיין זוהנ'ס חתונה

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 2:16 pm
דורך יוסף שרייבער
סביב העולם האט געשריבן:אויב איינער קען מיר צוהעלפען מיט אפאר ווערטער איינצולאדענען מיינע עלטערן און שוויגער עלטערן צו מיין זוהנ'ס חתונה

העי איך באקום נישט קיין זמאנע?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 2:19 pm
דורך יהיה כן
סביב העולם האט געשריבן:אויב איינער קען מיר צוהעלפען מיט אפאר ווערטער איינצולאדענען מיינע עלטערן און שוויגער עלטערן צו מיין זוהנ'ס חתונה


העי די חצוף איינער, דו מאכסט שוין ח'סינע??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:36 pm
דורך שאץ מאץ
סביב העולם האט געשריבן:אויב איינער קען מיר צוהעלפען מיט אפאר ווערטער איינצולאדענען מיינע עלטערן און שוויגער עלטערן צו מיין זוהנ'ס חתונה


זייט ווען דארף מען רופן א זיידן צו א חתונה?.....

לשון קודש צו אידיש?

אידיש:
א שמחה רבה, איז נאר מיט א זיידע באבע,
די קרוין פון די אייניקלעך, זיי זענען די מערסטע גליקלעך,
עטרת זקנים בני בנים, אט זענען מיר זיי מקבל פנים,
און מיט א כבוד און פראכט, לאנדען מיר זיי צו די גליקליכע נאכט,
און בשם די משפחה, א הארציגע ברכה,
אי"ה ווייטער ביי די אור אייניקלעך'ס שמחות לויפן, נאר גוטע בשורות אין ענקערע הויפן,

נאך???

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 7:10 am
דורך msp
מיט שאץ מאץ ביזטו שוין א געהאלפענער

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 1:07 pm
דורך יאנקעלע קליגער
שאץ מאץ האט געשריבן:זייט ווען דארף מען רופן א זיידן צו א חתונה?.....

לקיים מצות כבד את בהידור רב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:51 pm
דורך פיטום
שאץ מאץ האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:אויב איינער קען מיר צוהעלפען מיט אפאר ווערטער איינצולאדענען מיינע עלטערן און שוויגער עלטערן צו מיין זוהנ'ס חתונה


זייט ווען דארף מען רופן א זיידן צו א חתונה?.....


די זיידע איז דאך מחויב איבער צו געבן פאר די יונגע דור, א זיידע זייענדיג ביי א חתונה גיבט גאר אסאך צו פאר די אייניקלעך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:36 pm
דורך פאטאקי08
על פי רוב רופט דער זיידע און נישט מען רופט דעם זיידן
ביי רבישע חתונות איז די חתונה אינוויטעישאן אונטערגעשריבן נאר דורך די זיידע - עלטער זיידע

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 9:20 am
דורך סביב העולם
האט איינער עפעס אין די ארכיוון אין אידיש צו שיקן פאר א כלה 'מחזורים' אויף ראש השנה
עס זאל זיך אנפאנגען מיט מחזורים - אדער לשנה טובה וכדומה
בתודה מראש