Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:11 pm

נאך א געדאנק?

Advertisement

מאנטאג אוגוסט 19, 2013 4:55 pm

די חתם סופר שרייבט אז אין חז"ל שטייט אז וואס איז די חילוק פון ראש השנה און דעם יום הדין הגדול והנורא ווען משיח וועט קומען? ביידע זענען דאך יום הדין, פארוואס דארף מען האבן ביידע?

נאר זאגט ער זייער א שיינעם ווארט, אז צומאל איז דא א מצווה וואס א מענטש טוט וואס ראש השנה קען מען שוין באשטומען וויפיל שכר ער זאל באקומען, וויל למשל לייגן תפילין, מאכן א ברכה וכו'
אבער אמאל איז דא ווען א מענטש טוט א מצוה מיט א צווייטע איד, און די מצווה באגלייט דעם צווייטער אגאנץ לעבן, און שפעטער גיבט אריין די חיות אין זיינע קינדער אויך, במילא די חשבון ענדיגט זיך נישט ראש השנה ווייל עס גייט נאך אסאך ווייטער, ראש השנה קען מען סך הכול באשטומען וויפיל די באלאנס איז יעצט, אבער ווען משיח וועט קומען וועט מען קענען ענדיגן דעם חשבון און אים געבן וויפיל עס קומט אים פאר די גאנצע חשבון (די זעלבע איז פארקערט ה"י).

במילא טייערע מלמד, די הייליגע ארבעט וואס איר האט ארינגעלייגט אין מיין משה נ"י וועט אייך זיכער באגלייטן אגאנצן לעבן, ווייל די חשק וואס איר האט אריינגעלייגט אין מיין אינגל צו דאווענען וועט אים אי"ה באגלייטן אגאנצן לעבן און אזוי ווייטער. איך קען אייך נישט גענוג צאלן, זאל אייך דער אייבערשטער געבן כסדר אייער גאנצן לעבן שכר אויף די געוואלדיגע ארבעט וואס איר האט אריינגעלייגט. און אזוי וויל חזל זאגן שוין אז דבר שנצטער אותו צדיק קען זיכער נישט ארויסקומען קיין מכשול פון אונטער זיין האנט, זאל אייך דער אייבערשטער טאקע געבן מיט שמחה און נחת ביי אייערע קינדער בתוך נחת והרחבת הדעת וכט"ס

מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:19 pm

בסוף ימי הקיץ, שכרו עד אין קיץ, הלא דרכו להקיץ, לעורר לב התלמידים, בלשון לימודים, בדורות העתידים,
בפרט בבני היקר כמו שצריך, לבני אני צריך, ואומר מברך, ברוך להגומל טובים, בלב קרובים, להעלות על המדרגה,
להיות הוגה, למען תצליח בתורה, וביראה טהורה, לכן במידת הכרת הטוב, נפשי יערב,
וכו' וכו' וכו'

דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:21 am

אפשר קענט איר דערמאנען וואס דער הייליגער כת"ס ברענגט אויף א פלאץ (כ'דענק נישט כעת ווי) אז זיין פאטער, דער הייליגער חת"ס פלעגט אפט צו זאגן, אז אויב מ'גיבט זיך אוועק פאר תלמידים, וואס כאטשיג דורך דעם, קען זיין, אז ער וועט זיך נישט גענוג אפגעבן מיט די אייגענע קינדער, דאך, כביכול גיבט אריין א באזונדערע סיעת"ש אז די קינדער וואקסן געראטן.

אויך האב איך געזען א טייטש פון ר' חיים זייטשיק זצ"ל, 'כי מרדכי היהודי דורש טוב לעמו', ער איז געוועזן פארנומען מיט תלמידים, און דאס האט אים געהאלפן אז 'ודובר שלום לכל זרעו'.

דער ברך משה זי"ע פלעגט צו זאגן אז, א מלמד וואס לערנט מיט תלמידים, קריגט שכר אויף דער וועלט, ווייל ער איז עוסק בקיום העולם, אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל פיהם, אין זייער זכות האט די וועלט א קיום.

נאך דערמאן איך זיך, אז ס'שטייט ערגעץ אין חת"ס, אז ווען מען לערנט תורה מיט תלמידים, דאן איז מען ריכטיג מקיים דעם ואהבת לריעך כמוך.

דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:16 pm

וואסערפאל האט געשריבן:אפשר קענט איר דערמאנען וואס דער הייליגער כת"ס ברענגט אויף א פלאץ (כ'דענק נישט כעת ווי) אז זיין פאטער, דער הייליגער חת"ס פלעגט אפט צו זאגן, אז אויב מ'גיבט זיך אוועק פאר תלמידים, וואס כאטשיג דורך דעם, קען זיין, אז ער וועט זיך נישט גענוג אפגעבן מיט די אייגענע קינדער, דאך, כביכול גיבט אריין א באזונדערע סיעת"ש אז די קינדער וואקסן געראטן.

אויך האב איך געזען א טייטש פון ר' חיים זייטשיק זצ"ל, 'כי מרדכי היהודי דורש טוב לעמו', ער איז געוועזן פארנומען מיט תלמידים, און דאס האט אים געהאלפן אז 'ודובר שלום לכל זרעו'.

דער ברך משה זי"ע פלעגט צו זאגן אז, א מלמד וואס לערנט מיט תלמידים, קריגט שכר אויף דער וועלט, ווייל ער איז עוסק בקיום העולם, אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל פיהם, אין זייער זכות האט די וועלט א קיום.

נאך דערמאן איך זיך, אז ס'שטייט ערגעץ אין חת"ס, אז ווען מען לערנט תורה מיט תלמידים, דאן איז מען ריכטיג מקיים דעם ואהבת לריעך כמוך.

דער חת"ס טייטשט דערמיט "כל היום חונן ומלוה [רוחניות'דיגע הלואות, לערנט מיט יענעם א.ד.ג.] וזרעו לברכה".

דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:46 pm

ס'איז נישט דער חת"ס'ס ווארט
דבר זה אמר לו תלמידו רבי חיים אברהם ארענשטיין ז"ל אב"ד בארדיוב לרבו החת"ס
ומביא אותו בספרו דברי אברהם עה"ת בהקדמה

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:50 pm

א הארציגן דאנק טייערע אידן, כ"א בשמו הטוב יהולל ויבורך!

מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:52 pm

וואס האסטו/גייסטו למעשה געשריבן/שרייבן?

דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:07 am

כ'האב דעס געטראפען און מיינע ארכיוון, האבעך געטראכט קאן זיין איינער וועט קענען הנאה האבען פון דעים.
מחזורים לכבוד ראש השנה, פאנגט זיך מיט מחזורים און ענדיגט זיך מיט מחזורים.
ס'דא נאך איינס פאר מחזורים לכבוד ראש השנה, פון ידידינו שאץ מאץ לעיל, יעו"ש ויונעם לך.

ה"ה הבחור החתן אשר ברוחו פי שנים, אהבת תורה ויראת שמים,
מוכתר בכל מעלה מפואר, יפה פרי תואר, בנן של קדושים וטהורים, מאילים ותרשישים
כמר ... שליט"א

מהשוכן ורוכב בערבות, שערי ברכות ושמחות, יהיו פתחות ונפתחות, מעתה ולנצח נצחימ
חתונתו תהיה בשעה טובה ומוצלחת, כגפן פורחת, למשמרת, לתהלה ולתפארת, ביתו יפריח
זיווגו יעלה יפה, לתפארת המשפחה, להעמיד פרי נטעי נאמנים, כציצים ופרחים, יקרים מפז
והבית הזה בהבנותו על יסודותיו, יהא מלא ברכת השם על כל גדותיו, להצליח בכל דרכיו
רב ברכה, יושפע לו ברבי' והמשכה, בלי קצבה והערכה, מתוך תענוג ונחת והרווחה, לדור דור
יתקבלו תפילותיו לרחמים ולרצון לפני שוכן מעונה, ברב חסד וחנינה, בצאת השנה, בלי דיחוי
מתוך חיים טובים ונעימים, נזכה להתבשר בגאולת עולמים, ע"י משיחו הולך תמים, בקרב הימים

אלה הדברים, באהבה נאמרים, ולהכתב בספרן של צדיקים וישרים, לחיים טובים ומתוקנים
המאחלים המחותנים

זונטאג ספטמבר 01, 2013 11:14 am

אט דאס האב איך געשיקט פאראיאר בפרוס השנה צו מיינע ידידים און משפחה

שלום נתונה היום

טוב עין בקורא מראש, ואת שלומכם הטוב אדרוש, ואת אחי אנכי מבקש

ויעלה ויבוא לפני יום הזכרון, ואומרים בואו חשבון, חשבונו של עולם לדרך הנכונ

בהברכה של לב קרובות, שם שורה הברכה להרבות, שתתברך כשנים הטובות

העת האסף המקנה, בצאת השנה, לקנות בקנינה, משמי עליונה, כי הוא עת לחננה

ויערב לפניו שפתינו ארשת, בצלותא ובעותא כקשת, ותתברך בברכה המשולשת

מעין שלש, בנים חיים חזקים ולא חלש, ומזוני רויחא ממקור הברכה לדרך מפולש

תהא השעה שעת רחמים להשפיע, בלי מניע, באור זרוע, ובגלל אבות בנים תושיע

קהל עדת מי מנה הדואג, ולמקדש ד' נפשם תערוג, עם משיח בן דוד על ההרים ידלג

בברכת כתיבה וחתימה טובה, באהבה רבה
הק' שאץ מאץ

זונטאג ספטמבר 01, 2013 11:18 am

הערליך שיין!

שאץ מאץ האט געשריבן: אט דאס האב איך געשיקט פאראיאר בפרוס השנה צו מיינע ידידים

קיינמאל באקומען..

זונטאג ספטמבר 01, 2013 12:19 pm

שאץ מאץ האט געשריבן: אט דאס האב איך געשיקט פאראיאר בפרוס השנה צו מיינע ידידים


און וואס שיקסטו היי יאר צו דיינע ידידים?

וועט מען דארפן ווארטן א יאר?

זונטאג ספטמבר 01, 2013 1:30 pm

הערליך.

זונטאג ספטמבר 01, 2013 3:11 pm

ראש הקהל האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן: אט דאס האב איך געשיקט פאראיאר בפרוס השנה צו מיינע ידידים


און וואס שיקסטו היי יאר צו דיינע ידידים?

וועט מען דארפן ווארטן א יאר?


איך שיק עס בעיקר אויף פאסט קיין אויסלאנד צו מיינע קרובים, איך לייג עס נישט דא ארויף קיינמאל באותו השנה ווייל די ליינער'ס פון מיין קארטל וועלן מיינען איך האב סתם אראפ גענומען פון אייוועלט א נוסח און געשיקט, דערפאר לייג איך איצט מיין פאראיעריגע...

מיטוואך אוקטובר 02, 2013 9:04 am

איך קויף א זמירות לשבת בתור דורן דרשה פאר א בר מצוה בחור מיט'ן נאמען שלמה

עני געדאנק" עפעס א שייכות? רעיון?

מיטוואך אוקטובר 02, 2013 10:17 am

שייכות זינגען מיט שלמה = שיר השירים אשר לשלמ"ה

שייכות זמירות לשבת מיט שלמה = מ'זמור שי'ר ל'יום ה'שבת (ר"ת שלמה)

מיטוואך אוקטובר 02, 2013 10:53 am

זה הוא, לא פחות ולא יותר האב איך געוואלט.
א דאנק קנ"א

דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 7:29 pm

ראש הקהל האט געשריבן:ס'איז נישט דער חת"ס'ס ווארט
דבר זה אמר לו תלמידו רבי חיים אברהם ארענשטיין ז"ל אב"ד בארדיוב לרבו החת"ס
ומביא אותו בספרו דברי אברהם עה"ת בהקדמה

אבער דער הייליגער חת"ס האט שטארק הנאה געהאט דערפון און עס איבערגעזאגט פאר די תלמידים.

דינסטאג אוקטובר 22, 2013 4:00 pm

מזל טוב פון טיפן הארצן פאר די חשובע כלה אין די יעצטיגע געלעגנהייט

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה מיט זיינע גרויסע חסדים דערפרייט

ליכטיג געמאכט פאר אלע מיט אזא הערליכע און שיינע זיווג אנגעגרייט

טייער חשוב און פאסיג פון אלע צדדים הערט זיך פון יעדע זייט

וואונטשן מיר דערביי א ברכה עד בלי די סייעתא דשמיא געזונטערהייט

בויען צוזאמען א הערליכע בית נאמן בישראל גליקלעכערהייט

אהבה אחוה שלום וריעות גליקלעך און צופרידן לעבן אינאיינע ם

ס'זאל זיך ציען ווייטער די גאלדענע קייט מיט נחת גאר אן א צאל

תמיד זאל זיך הערן דארט קול ששון וקול שמחה אלעמאל פרייליך

רבש"ע זאל אייך בענטשן מיט בני חיי ומזוני און א גרויסע השפעה

דינסטאג אוקטובר 22, 2013 4:01 pm

ווייסן מיר שוין וויאזוי די שלעפשיצע רעבעצין רופט זיך אויפן נאמען 8.)

מיטוואך אוקטובר 23, 2013 6:59 am

ער האט עס נישט "באהאלטען"

מיטוואך אוקטובר 23, 2013 3:55 pm

msp האט געשריבן:ער האט עס נישט "באהאלטען"

;l;p- בדרך רמז!!

מאנטאג אוקטובר 28, 2013 11:35 am

לכאורה האט געשריבן:ווייסן מיר שוין וויאזוי די שלעפשיצע רעבעצין רופט זיך אויפן נאמען 8.)

זיץ איין

מאנטאג אוקטובר 28, 2013 1:53 pm

זעהר שיין!!!

נאך א טאלאנט פון שלעפשיץ ארויסגערינען..

א ברכה פאר איינער וואס עפענט א נייע ביזנעס

דינסטאג אוקטובר 29, 2013 11:25 am

איך זיך וויכטיג א נוסח פון א מזל טוב / צלח ורכב פאר א שוואער מיינע וואס האט געפענט א נייע קאמפעני.

איינער האט עפעס פאר מיר?

ס'איז דא אסאך מאל אין צייטונגען דאס אבער איך האב עס נישט געקענט טרעפן איינס יעצט<
שרייב א תגובה

Advertisement