Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג אוקטובר 16, 2012 5:09 pm

איינער בעט אין אישי א מכתב אויף לש"ק, פאר א בחור וואס פארט צוריק אין ישיבה לערנען (קיין א"י) מיטצושיקן אינעם צדה לדרך פעקל.
ווער האט עפעס ביטע?

Advertisement

מאנטאג אוקטובר 22, 2012 1:22 am

איינער האט אפשר א פואם פאר א כלה צו שיקן צו איר מחותנסטע מיט די בילדער אלבום?
ישר כח

מאנטאג אוקטובר 22, 2012 8:57 am

Leaf through the pages
Every once in while
Let the joy of the moment
Bring forth a smile

With שבח והודאה to הקב"ה
For the chesed he has shown
He placed me In a family
So proud to call my own

We now ask from Hashem
To send מזל וברכהour way
Withסייעתא דשמיא באגלייט
Each and every day

A life so beautiful
As only hashem knows
)can’t remember this line…)
That’ll be the PERFECT POSE!

מאנטאג אוקטובר 22, 2012 9:12 am

גאנץ פיין, בן אחר בן
זאג, ביזטו טאקע א בן אחר בן?
איך מיין אז
every once in while
איז ריכטיגער
every once in a while

מאנטאג אוקטובר 22, 2012 10:18 am

אידיש ביטע
ישר כח

מאנטאג אוקטובר 22, 2012 10:33 am

בילדער רעדען מער ווי ווערטער

געפילען זענען שווער אראפ צו שרייבען

זיי באגלייטען אונז אויף אלע ערטער

און טוהן אונזער מוט ערהייבען

דערפאר טוה איך אייך דעם אלבום שיקען

מיט שיינע ווארעמע זכרונות אין דעריין

עס זאל אייך דאס הארצען דערקוויקען

ווען איר וועט אין דעם מעיין זיין

מאנטאג אוקטובר 22, 2012 1:01 pm

MSP; אי מלכא אנא????

מאנטאג אוקטובר 22, 2012 1:07 pm

msp האט געשריבן:בילדער רעדען מער ווי ווערטער

געפילען זענען שווער אראפ צו שרייבען

זיי באגלייטען אונז אויף אלע ערטער

און טוהן אונזער מוט ערהייבען

דערפאר טוה איך אייך דעם אלבום שיקען

מיט שיינע ווארעמע זכרונות אין דעריין

עס זאל אייך דאס הארצען דערקוויקען

ווען איר וועט אין דעם מעיין זיין

ישר כח
וואס מיינט "זכרונות אין דעריין"?

דינסטאג אוקטובר 23, 2012 2:58 am

אין דעריין
מיינט אין דעם אינעווייניג....

דינסטאג דצמבר 04, 2012 7:59 pm

וואס קען מען שרייבן פאר א חתן וואס מ'שיקט איהם א שיינעם בעכער לכבוד חנוכה?

יישר כח

מיטוואך דצמבר 05, 2012 5:27 am

כוס ישועות אשא און שיק צו דיר

ברכה והצלחה זאל קומען דורך דיין טיר

דאס חנוכה לעכטעל באלייכט ביים אריינגאנג

דשנת בשמן ראשי כוסי רויה מיט געזאנג

קידוש מאכען און טרינקען לחיים

ביז משיח וועט אונז אלע אין פריידען פיהרען קיין ירושלים

דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 11:05 am

msp האט געשריבן:כוס ישועות אשא און שיק צו דיר

ברכה והצלחה זאל קומען דורך דיין טיר

דאס חנוכה לעכטעל באלייכט ביים אריינגאנג

דשנת בשמן ראשי כוסי רויה מיט געזאנג

קידוש מאכען און טרינקען לחיים

ביז משיח וועט אונז אלע אין פריידען פיהרען קיין ירושלים



הרב מנחם שלום איר האב פארגעסן צו זאגן יישר כח (Never too late)

דאנערשטאג דצמבר 13, 2012 11:19 am

מיי פלעזשער

מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:34 pm

מיין חבר האט מיר געבעטן אז זיין שוויגער האט אים געבעטן א פאום פאר א תנאים
סוי אויב איינער וויל א טובה טוהן פאר 4 מענטשן ביטע שיקן א אימעיל צו
mygilyon@gmail.com

דינסטאג דצמבר 25, 2012 12:18 pm

לכבוד די חשוב'ע כלה יענטא תחי'

בעזרת השי"ת דערגרייכט דעם גליקליכן מאמענט,
שבח והודאה ווען צו ד' הייבן מיר אויף די הענט.
עס גייט זיך אנבינדן א פרישע רינגעלע אין קייט,
הזורעים בדמעה, יעצט שעפן נחת פון וואס מ'האט געזייט.

טוען מיר יעצט זען פאר פאסיג,
ווען די פלאנצונגען האבן געבליהט אזוי שיין ערשט קלאסיג.
בעטן מיר ווייטער דעם אדון כל,
השפעות טובות אלעמאל זיך גיסן זאל.

והיה כעץ שתול וכל אשר יעשה יצליח,
מ'זאל שטענדיג הערן שמחות אסאך.
וימלא השם כל משאלות לבינו,
צו קענען אנהאלטן דרך אבותינו.
לעשות נחת רוח להבורא אלעמאל,
חיי, בני, ומזוני, אין ענקער בית נאמן בישראל.
תורה וגדולה במקום אחת, מתוך שמחה ונחת.
בשעה טובה ומוצלחת!

א פאום פאר שבת כלה

פרייטאג ינואר 04, 2013 8:25 am

בס"ד

צו די חשובע כלה שתחי'

מיט די הענט און אויגן אויפגעהויבן,
דעם באשעפער טוען מיר לויבן.

זה היום עשה ד' ונגילה,
לויבן און דאנקן דעם נורא עלילה.

צוזאמען לאמיר לויבן זיין גרויסן נאמען,
יהי שמו מבורך לעולם, אמן.

*

מיט פרייד און פארגעניגן,
אזא שיינע זיווג מהוגן.

א הימל'ישע מתנה געקריגן,
דערפאר דאנקן מיט לויב און א ניגון.

ברכות און וואונטשן זאל בליען ווי בלומען,
זיך מערן שטענדיג און מער ציקומען.

פון מקור הברכות, פון הימל גענימען,
בזכות פון די הייליגע זיידעס זאלן זיך מיען.

איר זאלט שטענדיג האבן ביי אייך,
געזונט און פרנסה און וואס עס איז נאר שייך.

מיט רוחניות און גשמיות זאלט איר זיין רייך,
פרייד און הצלחה זאל זיך ציען ווי א טייך.

*

אין די צייט בעטן מיר פון שומע תפילות ישראל,
נחת און גליק, השפעות טובות אלעמאל.

ווייטער ציען דעם גאלדענען קייט בדרך המסורה,
דורות ישרים ומבורכים בדרכי התורה.

בני חיי אריכי, ומזוני רוויחי,
געזונטערהייט עד ביאת המשיח.

א גוט שבת,
וואונטשן פון טיפן הארצן...
די מחותנים

וויכטיג אויף מארגן

זונטאג ינואר 13, 2013 9:25 pm

קען איינער העלפן, א גראם פאר א כלה לרגל איר געבורטס טאג

די מתנה איז א קעמערע

בתודה מראש

מאנטאג ינואר 14, 2013 6:43 am

א יאהר גייט, א יאהר קומט

די צייט טוט לויפען

אלץ וואס מען באקומט

ווערט געפיהרט פון אויבען

זכרונות קומען צו מדי שנה בשנה

א בילד וועקט אויף א ווארעמע געפיהל

דערפאר א קעמערע פאר א מתנה

דאס בעסטע פאר דעם ציהל

זאלסט זוכה זיין במשך פון לעבען

בייוואוינען שמחות מתוך געזונט

און אונז שטענדיג גרויס נחת געבען

ווייל דו ביזט צו אונז ווי אנ'אייגען קינד

מאנטאג ינואר 14, 2013 8:41 am

מנחם שלום דו ביזט מורא'דיג, אזוי ארויסצושארן פון ארבל איינס צוויי יעדע מאל ווען איינער בעט.

מאנטאג ינואר 14, 2013 1:17 pm

ייש"כ רבי

פרייטאג ינואר 25, 2013 8:08 am

א חבר מיינער צוהט זיך בעז"ה אריבער צו א נייע דירה
האט איינער אפשר א געדאנק צו קענען צוזאם שמעלצן
מופן צו א נייע דירה מיט פר' יתרו??

איך ווייס נאך נישט צו ס'וועט זיין א מתנה אדער עפעס ממתקים לכ' שבת

נ"ב ביטע נישט ארבעטן פאר מיר, די גראמען וועל אי"ה בעז"ה אליין מאכן, איך זיך נאר א שטיקל קשר

פרייטאג ינואר 25, 2013 8:59 am

בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב״ה ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

קענסט משלב קבלת התורה מיט א אידיש הויז וואס ווערט אנגערופן א בית מקדש מעט

נ.ב. די וואך איז פרשת בשלח

פרייטאג ינואר 25, 2013 11:55 am

יישר כח מאניימר
קען אפשר ארבעטן..

יישר כח פאר'ן נ"ב, אבער איך ברויך עס אויף קומענדיגן שבת, ער מופט יתרו
לעצט פאראכטן דורך גליון אום זונטאג ינואר 27, 2013 1:58 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג ינואר 25, 2013 11:58 am

לא תחמוד בית רעך...

פרייטאג ינואר 25, 2013 12:00 pm

לכאורה האט געשריבן:לא תחמוד בית רעך...

:lol:
שרייב א תגובה

Advertisement