Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג פבואר 07, 2012 12:14 pm

א חשובער ניק רב"ש ברויך א שטיקל פאעם לכבוד חאמישאסער, ער האט געקויפט א שטיקל צירונג פאר די שטוב.

אפאר נקודות וואס ער וויל ארויסברענגן.
(א שטיקעלע גאלד מיט דימאנטן קענען נישט ארויסברענגען אינגאנצן .............. די געפילן
דיין שטארקע סופפאורט אלע צייטן אין מיינע ups & downs גיבט מיר כח אנצוגיין ווייטער
דער אויבערשטער האט אונז ליב – לאמיר שטארקן אונזער ליבשאפט צו אים
לאמיר דאנקען דעם גרויסן באשעפער פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אונז נאכאנאנד -
אין די זעלבע צייט לאמיר צוזאמען בעטן א הייסע תפילה אויף ווייטער)

כל הקודם זכה! ווער עס כאפט די ערשטע, כאפט אריין כמה מצוות עשה ובתוכם, ואהבת לריעך.., והבאת שלום בין איש.., נושא בעול עם חבירו.. וכו'.

הערות זענען נישט וועלקאם.

מען קען שיקן די פאעם צו מיין פאסט קעסטל ביי vinkel.ivelt חונה פה גימיעל, אויב עס איז נישט ראוי לפרסמו ברבים.

Advertisement

דינסטאג פבואר 07, 2012 3:04 pm

נו?

דינסטאג פבואר 07, 2012 9:56 pm

אויב וויל ער מיך הארכן, ע'ל איך אים עצה'נן צו שרייבן אין זיין אייגן שפראך פון טיפן הארצן, ווי מער ער קען זיך ארויס ברענגען. כ'מיין אז זיין בני בית עט דאס מער פרישיעטן ווי יענעמס "געמאכטע" שיינע גראמען, חוץ: אויב האט זי ספעציעל ליב פאעטען, אדער אז עס איז טאקע אן אויסנאם הארציגע גראם.
ובפרט אויב זי קען אים, אז ער קאן נישט די מלאכה פון גראמען...
כנלענ"ד.

דינסטאג מרץ 06, 2012 6:40 pm

איז דא עפעס פרישע סחורה אויף פורים תשע"ב? מ'בעהט ווער ס'האט עפעס אינטרעסאנטע משלוח מנות חרוזים זאל ארויפשטעלן דא לזיכוי הרבים.

דינסטאג מרץ 06, 2012 8:37 pm

נישט שיין פון זייט... שויתי; כ'האב פשוט פארגעסן דיר צו זאגן אז דיין עצה איז אנגענומען געווארן ביי יענעם ניק און ער האט געהאט זייער א אנגענעמע עקספיריענס ב"ה דערמיט. (מעגליך ער האט דיר שוין באדאנקט אין אישי, ווייסעך נישט)

מיטוואך מרץ 07, 2012 11:03 am

ויהי בימי עס איז געווען אין די צייט
אז מיר האבן געוואלט נעמען די געלעגענהייט
מיט א מתנה ארויסווייזן א הכרת הטוב
אויסצודריקן אונזער דאנקבארקייט פילן מיר א חוב
אז עס זאל זיין א מתנה מיטן ריכטיגן אפקלאנג
מיט די ריכטיגע געשמאק וואס זאל צייגן די געשאנק
מען זאל עס קענען ניצן גאר אסאך
עס דארף קאסטן ביליג און אויסזעהן רייך
עפעס וואס זאל האבן א שייכות מיט פורים מוז דאך זיין
טעג און נעכט וואס מען טראכט אין דעם אריין
צו א שטיקל פלאַן האט מען זיך דערווישט
עס האט דאך געהאלפן מחשבת המן מאכן צונישט
עס טוט אויסזעהן גאָר שיין טייער און גוט
אסאך שמחות זאל מען מאכן דערמיט
די שבתים און ימים טובים טוט עס באשיינען ריכטיג
מכבד זיין דעם שבת איז דאך זייער וויכטיג
נאך די לאנגע מגילה פאַסט זיך צו זאגן אזוי
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו
נישט די עיקר חשיבות איז די מתנה
נאָר וואס עס ליגט אונטער דעם, אונזער כוונה
טיף אין הארצן איז אונזער דאנקבארקייט אן א שיעור
מיר האבן נישט די ריכטיגע ווערטער אויסצודריקן איר
בעטן מיר השי"ת, פורים איז דאך א דערהויבענע זמן
אן אמת'ע שמחה קומט אין אלע אידן אריין
גוטע השפעות שיקט מען פון הימל אין די צייט
דערפאר איז עס א פאסיגע געלעגענהייט
צו בעטן השי"ת זאל אונז די זכיה געבן
אז די השפעות פון שמחה זאל אונז באגלייטן אין לעבן
מיט מזל און ברכה והצלחה בכל ענינים
געזונטערהייט עד מאה ועשרים שנים
מזל אדר דגים א רמז אויף וידגו לרוב עס שטייט
עס זאל זיך ווייטער ציען די גאלדענע קייט
מיט סייעתא דשמיא און אסאך אידיש נחת
דורות ישרים ומבורכים בשעה טובה ומצלחת
מיט כל מיני ישועות געהאלפן ווערן
און מיר זאלן אלעמאל נאר בשורות טובות הערן
וואונטשן אלע קינדער און אייניקלעך בזמירות ושירים
א לוסטיגן און פרייליכען פורים!

מיטוואך מרץ 07, 2012 11:08 am

viewtopic.php?p=400973&#p400973

ווינקל האט געשריבן:האסט מיר דערמאנט פון א פאעט וואס כ'האב אמאל געשיקט פאר די שוויגער מיט א פרייע"ן פענדל לכבוד פורים. (שטייצעך ס'איז געשריבן פורימ'דיג.. דארט איז א אפענע קיך קע"ה עמו"ש). ניצט עס געזונטערהייט...
ליהודים היתה אורה ו"שמחה" - מען דארף אויף דעם נישט קיין גרויסע מומחה
אז מען שיקט א טאפ צו "פרייען" - איז מען זיכער פונדערווייטענס אז מען קען טרייען...
אז מען מישט זיך אריין אין קיך - דארף מען זיך נישט אריינלייגן אין יענעמס שיך
מען פארשטיייט אז די דאזיגע מתנה - האט א פשוט'ע כוונה
מען זאל מער נישט דארפן פון פאראויס באשטעלן - מען זאל קען קומען ווען עס טוט נאָר געפעלן...
פורים ווען דער זמן איז אזוי דערהויבן - איז דער זמן השי"ת צו לויבן
געלויבט ה' פאַר די חסדים וואס ער טוט אלץ דערקוויקן - און אין די זעלבע צייט טוען מיר א געבעט שיקן
השי"ת זאל משפיע זיין פעטע השפעות אנע שאלה - ענק זאל שעפן הויפנס אידיש נחת פון אונז אלע
מיר זאלן שוין דעם שופר של משיח אינגיכן הערן - און ביזן קרעטשמע זאל ה' אונז אלעס גוטס באשערן.

א פרייליכן און לוסטיגן פורים

מיטוואך מרץ 07, 2012 11:12 am

---קצת נארישע וויצן לכבוד פורים, ומשנה ראשונה לא זזה..

ווער גייט מאַכן די פאָעם דעם דאָזיגען יאָר? - פשוט, ווער ס'האט עס געמאכט פאַריאָר...
אבער אפשר איז דאס נישט דער ריכטיגער וועג דערצו - איין מאל זאל זיך א צווייטער נעמען די מיה
ס'איז אבער פאַרפאַלן, אז מען האט שוין איינמאל געטון די טובה - איז עס שוין ממש ווי א חובה
איז לאמיר גלייך קומען צום ענין - מען האט זיך צוזאמען געזעצט אויסארבעטן א בנין
מען דארף קויפן עפעס לכבוד פורים ווי עס שטייט ויתן משאת כיד - דאס איז דאך דער פשוט'ער פשט
די מענער זענען שוין פארטיג מיט אַ פלאַן - מען קויפט אַ ריזיגען באָטל וויין
די פרויען ווילן עס זאל עפעס מער קיואָט זיין - מען קלערט שוין וואָכן אין דעם אריין
עס מוז זיין אזא סארט זאך - וואס ביידע עלטערן זאלן הנאה האבן פון דעם צוגלייך
צו קויפן עקסטער צוויי - איז צו א גרויסע קאָפ פאַרדריי
דעריבער איז מען געקומען צום אויספיר - צו מאכן א גרונטליכע שפעקוליר
אקעי יעדער זאל זיין שטיל - דאס יאר איז געבליבן אז ס'איז א גריל...
עס האט א גרויסע מעלה - אז דאס איז זייער וויכטיג איז דאָך נישט קיין שאלה
אַז מען קען עס צונעמען אויף שטיקלעך - אזוי וועט נישט בלייבן אין דעם קיין שמוץ'לעך
יעדער וועט מסכים זיין צו וואס מיר זאגן - אז ס'איז די ריכטיגע הכרת הטוב אויף וואס מען טוט זיך פאַר אונז פלאָגן
פאר די נאכטמאל'ס וואס טוט פאר אונז פון דארט שטענדיג פליסן - יעדער קען זיך אליין קאָנטעינערס אָנגיסן
פון אלע מיני מטעמים איז אלץ גרייט - מען קען קומען אויף שבת, יו"ט, חוה"מ, ל"ג בעומר, פורים, צו יעדע צייט
עס פעלט זיך נישט אויס פון פאראויס צו באשטעלן - מען קען קומען ווען עס טוט נאָר געפעלן
איז דעריבער אונזער ברכה אין דעם געהויבענעם צייט - מען זאל עס שטענדיג ניצן פרייליכערהייט
אויף שמחות זיך שטענדיג פרייען מיט אלע קינדער - סייעתא דשמיא און פיל נחת פון יעדן באזונדער
די ליכטיגע און הייליגע השפעות וואס טוט זיך היינט גיסן - זאל זיך פאר אונז קיינמאל נישט פאַרשליסן
מיר זאלן שוין דעם שופר של משיח אינגיכן הערן - און ביזן קרעטשמע זאל השי"ת אונז אלעס גוטס באשערן

מאנטאג מרץ 26, 2012 7:46 am

דער אשכול איז מיר שטארק צוניץ געקומען דעם פורים, ווען מיר האבן ב"ה א חתן אין שטוב און וועט בעז"ה ווייטער
איך בין עפעס געקרוינט געווארן אין מיין משפחה אלץ "דער פאום מאכער" און איך קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון, באמת ליגט דאס אבער נישט אין מיין בלוט און ס'קומט מיר אן שווער
אשר ע"כ יישר כחכם פאר די גיטע אידעלעך דא פאר'ן ארויף שטעלן זייער הערליכע ארבעט
ובראשם הרב שאץ מאץ הי"ו פאר זיינע טאלאנטפולע חרוזים והעיקר זיין "אנפאנג" ליסטע

תודה מעומק הלב

אויב האט עמיצער א געדאנק אויף געבן מחזורים אויף פסח וואלט איך הנאה כעהאט צו זעהן
יישר כח

דינסטאג מרץ 27, 2012 9:35 am

פרייליכע טעג - זענען אויפ'ן וועג,
רופט זיך אויס אין די שעה - ושמחת בחגך.
יהי רצון - די שמחה זאל בלייבן גאנץ אין הארץ,
ווי די אתרוג געגליכן צום הארץ - אן קיין פינטעלע שווארץ.

עס איז די אתרוג צווישן די ד' מינים,
צו וואס עס פאדערט זיך די גרעסטע הידורים.

השי"ת זאל אונז טאקע די זכי' געבן,
די פרי עץ הדר - שיינע לעכטיגע דורות צו דערלעבן,
רבוש"ע, יעצט און די זמן שמחתינו,
זיי משפיע די ריכטיגע שמחה בצלא דמהמנותא במהרה בימינו, אמן.

דאנערשטאג אפריל 19, 2012 7:56 pm

ווינקל האט געשריבן:נישט שיין פון זייט... שויתי; כ'האב פשוט פארגעסן דיר צו זאגן אז דיין עצה איז אנגענומען געווארן ביי יענעם ניק און ער האט געהאט זייער א אנגענעמע עקספיריענס ב"ה דערמיט. (מעגליך ער האט דיר שוין באדאנקט אין אישי, ווייסעך נישט)


ערשט איצטער געזען...

ש'כח פאר'ן זיך באדאנקן אזוי ווארעם, עס האט מיר א שטארקע הנאה געטון אז מיין עצה האט געהאלפן א איד, אבער כ'האב נישט באקומען אין אישי פון יענעם, א דאנק עניוועיס...

דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:04 pm

א נוסח צו שיקן מתנות פאר א חתן וואס פארט קיין א"י אויף ל"ג בעומר, זיך אויסבעטן, מ'שיקט א תהלים, א מקומות הקדושים, לעכט וכו',
די אנהייב איז לחיים ולשלום, און די ענד איז ל"ג בעומר


בין פסח לעצרת, דברי פרידה נאמרת, בברכה ובאגרת, חיים וברכה למשמרת, יחיל על ראש כבוד החתן מל"ח מהולל בתשבחות ככותרת, מפרי הארץ לגאון ולתפארת, יראתו קודמת לחכמתו כעטרת, שם טוב מכרזת ואומרת, במצוות ד' גוררת, ובתורה הוגה בלילה ובאשמורת, ה"ה כמר...... נ"י ויזרח עד שנזכה לארון וכפורת, מזבח וקטורת,

לעת צאת לחוג הילולא דרשב"י בערי הגליל, בחדוה וגיל, בין רבבות ישראל לעשות חיל

חכם עיניו בראשו ועל העתיד דואג, ו"בתהלים" של דוד ישאג, ובשירים אלו נפשם תערוג

ימצא בבקשתיך ב"מקומות הקדושים" רצוא ושוב, לפתוח את שערי שמים מרחוק ומקרוב

יעלה ויבא ויגיע, ויפקד לטובה בלי מניע, יבול להשפיע, על העתיד בתפלתך להשפיע

מבאר רשב"י וכל הצדיקים זכות יגן עלינו, ימליץ טוב בעדינו, ואור"ם תשפיע ויזריח עלינו

ויהא רעווא שבנסיעה בארצות החיים, יפעול לטובה בשמים, לנו ולכל המשפחה בכפלימ

לשלום תלך ובשלום תבוא לחוג בשי"ר, וביחד נעלה לעיר, בעת שאור חדש על ציון תאיר


בברכת צאתכם לשלום
המחותנים
והכלה

דינסטאג מאי 08, 2012 4:16 pm

און וואס שיקט מען פאר א כלה ל"ג בעומר?

מיטוואך מאי 16, 2012 4:02 pm

לכבוד די יום הולדת פאר א טאכטער מיטן נאמען רבקה, וואס קען מען שרייבן?
(מתנה א סידור)

דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:34 am

מ'האט מיר געבעטן לכבוד יו"ט איינער וויל געבען א רינגל פאר א פרוי וואס הייסט טויבא?
ווער קען העלפען מיט א פאר גוטע ווערטער, ר"ת פאום וכו'...

דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:54 am

לכבוד שבועות בכלל, פאר בלומען, כלה, חתן, גוטער פריינד, פאר א באבע, א.ד.ג.

דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:59 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:א נוסח צו שיקן מתנות פאר א חתן וואס פארט קיין א"י אויף ל"ג בעומר, זיך אויסבעטן, מ'שיקט א תהלים, א מקומות הקדושים, לעכט וכו',
די אנהייב איז לחיים ולשלום, און די ענד איז ל"ג בעומר


בין פסח לעצרת, דברי פרידה נאמרת, בברכה ובאגרת, חיים וברכה למשמרת, יחיל על ראש כבוד החתן מל"ח מהולל בתשבחות ככותרת, מפרי הארץ לגאון ולתפארת, יראתו קודמת לחכמתו כעטרת, שם טוב מכרזת ואומרת, במצוות ד' גוררת, ובתורה הוגה בלילה ובאשמורת, ה"ה כמר...... נ"י ויזרח עד שנזכה לארון וכפורת, מזבח וקטורת,

לעת צאת לחוג הילולא דרשב"י בערי הגליל, בחדוה וגיל, בין רבבות ישראל לעשות חיל

חכם עיניו בראשו ועל העתיד דואג, ו"בתהלים" של דוד ישאג, ובשירים אלו נפשם תערוג

ימצא בבקשתיך ב"מקומות הקדושים" רצוא ושוב, לפתוח את שערי שמים מרחוק ומקרוב

יעלה ויבא ויגיע, ויפקד לטובה בלי מניע, יבול להשפיע, על העתיד בתפלתך להשפיע

מבאר רשב"י וכל הצדיקים זכות יגן עלינו, ימליץ טוב בעדינו, ואור"ם תשפיע ויזריח עלינו

ויהא רעווא שבנסיעה בארצות החיים, יפעול לטובה בשמים, לנו ולכל המשפחה בכפלימ

לשלום תלך ובשלום תבוא לחוג בשי"ר, וביחד נעלה לעיר, בעת שאור חדש על ציון תאיר


בברכת צאתכם לשלום
המחותנים
והכלה

א חתן האט מיר אנגערופן אז ער האט א מורא'דיגע פאום ער האט עס מיר פארגעלייענט
און והנה און אט דאס איז עס פון שאצי

פרייטאג מאי 18, 2012 12:46 pm

איך וויל ח"ו נישט מטריח זיין קיינעם מיר צו מאכן חרוזים, איך וועל זיך שוין אן עצה געבן מיט'ן "אנפאנג ליסט" פון הרב שאץ הי"ו, אבער איז דא עפעס א רעיון ווי אזוי מ'קען צוזאם שמעלצן א פערל קייטל מיט שבועות
?

פרייטאג מאי 18, 2012 12:55 pm

אוודאי קבלת התורה
יקרה היא מפניני"ם ומפז
--------------
פערל שטיינער איז פון די טיפענישן פון די וואסער
אין מים אלא תורה
שלשל"ת התורה לא ימושו מפיך ומפי זרעך וגו'
----------
אשת חיל וכו' ורחוק מפניני"ם מכרה

פרייטאג מאי 18, 2012 1:29 pm

ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען צאמשטעלן א מנורה פאר א חתן מיט שבועות?

פרייטאג מאי 18, 2012 1:31 pm

כי נר מצוה ותורה אור וכו' וכו'

פרייטאג מאי 18, 2012 1:32 pm

בני יששכר ידוע חנוכה איז די שבועות פון תושבע"פ....

פרייטאג מאי 18, 2012 1:43 pm

הרוצה להחכים ידרים וסימנך מנורה בדרום
די חת"ס כפתורה ופרחיה וכו' מרמז אויף פרד"ס התורה

------
כמראה אשר הראה בה"ר כן עשה את המנורה

מאנטאג מאי 21, 2012 4:50 pm

א הארציגן דאנק "סביב העולם" כ'האף צו מאכן עפעס דערפון

דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:54 pm

כזקן ורגיל האט געשריבן:ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען צאמשטעלן א מנורה פאר א חתן מיט שבועות?


א שיינע מליצה

אל מול פני המנורה יאירו שבועו"ת הנירות.....
שרייב א תגובה

Advertisement