בלאט 5 פון 17

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 4:59 am
דורך שויתי'ניק
שויתי'ניק האט געשריבן:איך דארף זייער וויכטיג א גראם אדער א וואונטש פאר א בר מצוה בחור, איך וויל אים געבן א ויואל משה אדער על הגאולה, לכאו' די לעצטע.
א גרויסע ייש"כ.

הילף ביטע ווי שנעלער, ולתגובתכם אני מחכה.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 1:21 pm
דורך שאץ מאץ
נאדיר, אז דו בעטסט אזוי שטארק,
די אנפאנג איז די ר"ת על הגאולה.....

הרי זה מנחה חדשה, ודורן לרשה, חהב' יניק ויחכים, כלו ממתקים,
כלי מחזיק ברכה, לתפארת כל המשפחה, כמר..... ני,ו כאור השמש בזרחה,
בן לידידי /אחי / דודי/ מהולל בתשבחה, ה"ה..........,
לרגל שהתיגדל בי"ג שנה, והכנסתו לעול התורה והמצות ברנה,

עול התורה והמצות יקבל היום בשמחה
למען דעת דראשית כל חכמה ושיחה
הוא היראת ד' לעבוד אותו במורא
גם לרבות לעסוק במצות ד' ברא
אשרי האיש ההולך בדרך הברורה
וד' אמות של הלכה במשנה סדורה
לחזות בנועם ד' כי טוב סחרה
הוריך ומוריך יראו נחת לתפארה

ממנו הק' שאץ מאץ וב"ב

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 3:11 pm
דורך תרנגול
שאץ, שעהן שעהן!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 3:27 pm
דורך פעדער
איך מוז מודה זיין .. דאס קען איך נישט! פארפיליינו.. ס'יז א פאך. פארגין דיך א ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 3:38 pm
דורך שאץ מאץ
דו ווילסט מיר זאגן אז דו קענסט דאס נישט????

דו פילסט דאך אן גאנצע בלעטער מיט חרוזים און גראמען...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 3:44 pm
דורך שויתי'ניק
שאץ; א ריזיגע ריזיגע ייש"כ... נאדיר 3 ;l;p- ;l;p- ;l;p-
טענק יו, דאנקע שעהן. כ'האב קיין ווערטער ניט.
און אויף נאך א שפראך: ספאסיבא
אבער ערענסט גערעדט, דער ספר ליגט שוין ביי מיר גרייט, די בר מצוה איז שוין געווען, און איך בין געקומען און געגאנגען מיט ליידיגע הענט, און נאר דער גראם האט מיר אויסגעפעלט, ב"ה אז אונזער חשובער ש"ץ מו"צ דעדתינו האט זיך גע נומען די מיה און ערפילט דעם חלל...
שויתי-ניק טוט זיך הערצליך באדאנקען ברבים און טוט אויסדרוקן די טיפסטע אינערליכע געפילן מיט גרויס דאנקבארקייט!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 3:53 pm
דורך פעדער
קאן זיין אז ווען כ'זאל ווען האבן געהאט נאך אפאר ליידיגע יארע אין ישיבה. וואלט איך דאס אויך געוויסט...
האב איך עס אבער בעוונותינו הרבים קיינמאל נישט פראקטאצירט.. לערן דיך אויס .. יעדער קען אלעס...מ'דארף נאר א רצון .. און א אמביציע.. און פארשטייט זיך ניסיון...! און טוהן אסאך דערין! און וואס מיינסטו?! די רעספעקט דערויף איז נישט פארן קענען. נאר בעיקר פארן ארבעטן דערויף .. קיינער ווערט נישט געבוירן קענענדיג גראמען, און אפי' ווען מען האט דעם חוש דערצו, דארף מען עס אבער אנטוויקלען. און דאס איז מיה און צייט!
אנדערש איז אבער א זינגער לדעתי. וואס ווערט געבוירן מיט א זיסע שטימע, און א פארטיגע חוש צו דרייען מיט די שטום בענדאלאך..! פיין ברויך ער נאך אביסל שפילן מיט די וואויס, עס צו פארבעסערן.. אבער פארט קאסט אים נישט קיין סאך פלאג דערפאר...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 26, 2011 5:14 pm
דורך ווינקל
סאיז דא שיינע וואונטשן לקראת השנה החדשה.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 26, 2011 5:16 pm
דורך ווינקל
לכבוד זיידי און באבי שיחיו עמו"ש
א גוט געבענטשט יאר

גאר ווארעמע וואונטשן צום נייעם יאר מיר בעטן
ווען מיר גרייטן זיך בעז"ה אריינצוטרעטן
טובה ומתוקה מיט די פשוט'ע פשט אויסבעטן

ישועות און אלע השפעות זאל זיין לרוב
אלעס וואס מיר דארפן מכל טוּב וטוֹב
ראש השנה זאל השי"ת אויסמעקן יעדענס חוב

וואונטשט משפחת ...

עס לויפט צו רעכטס א גוט יאר, און די ענדע לויפט אין גראמען...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 26, 2011 5:17 pm
דורך ווינקל
א גוט געבענטשט יאר

לכבוד זיידי און באבי שיחיו עמו"ש
שיקן מיר אפאר ווערטער צום נייעם יאר.
נחת מיט שמחה זאלט איר פון אונז שטענדיג הערן
הצלחה און אלעס וואס מען טוט באגערן.

טויערן זאל פאר אונז אלע זיין אפן
ווען מען בעט פאר זיך און פאר אנדערע
ברחמים וברצון זאל עס השי"ת מקבל זיין
השי"ת זאל שיקן משיח במהרה בימינו, אמן

וואונטשט ......

לשנה טובה צו רעכטס...

(זעט נישט אויס ווי א פארפערטיגטע... כלאז עס דא אויב איינער ווילעס ניצן פאר א דרעפט...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 26, 2011 5:38 pm
דורך ווינקל
ערב ראש השנה תשע"ב לפ"ק
לכבוד זיידי און באבי שיחיו עמו"ש
שטייענדיג אין דעם געהויבענעם זמן,
שיקן מיר אונזערע וואונטשן, מיר זאלן אלע זוכה זיין,
לשנה טובה ומתוקה, א גוט געבענטשט יאר זאל קומען,
א לוסטיג פריילעך יאר, נאר מיט שמחות זיין פארנומען,
געזונט און שטארק מיט די פולע כוחות אנגיין,
פון די קינדער, אייניקלעך, אור-אייניקלעך נחת פון יעדן אליין,
דעם יאר זאלן מיר זוכה זיין אנטקעגן גיין משיח צדקינו,
אלע אינאיינעם במהרה בימינו.
וואונטשט משפחת

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 26, 2011 9:29 pm
דורך שנאפס
יישר כח ווינקל

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 27, 2011 11:45 am
דורך שאץ מאץ
ווינקל!
בעטן, בעטן, תרי זימנא ל"ל? ביים ערשטן וואונטשט איז דא צוויי שורות וואס ענדיגן זיך בעטן,
ווי האט יארמע רב געזאגט? מה דאך צוויי ענדליכעה ווערטער גראמען כ"ש די זעלבע גראמט זיכער...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 27, 2011 11:54 am
דורך שאץ מאץ
דאס איז געוועהן מיין וואונטש פאר מיינע קרובים וידידים, שנת תשע"א
התחלה "שנה טובה" סוף "שנת תשע"א"
בס"ד

שנהי' לראש ולא לזנב אומרים בסימנא דדגים או כבש, אפתח את ברכתי בסימנא זו ובסימנא של דבש

נהי' בראש השנה זו אך למעלה וראש לעליון, וימתקו כל דיניא בעת שהעולם עוברין לפניו כבני מרונ

היום הזה היום עולם הרת, יזכר זכרינו ופקדונינו לטובה לעד למשמרת, לגזור גזירות טובות ולא אחרת


טובה ומתוקה לכל קרובי משפחתי ומכירי ולכל נפשות, להציל אותנו מכל מיני פרעניות המתרגשות

ויקבלו תפלתינו בכל מה שדורש ומבקש, ויגיע תפלתינו למקום חפצינו ואל יהי' בלשונינו שום מוקש

בספרן של צדיקים יכתבו ויחתמו ויעזור ויגן ויושיע, טובך תשביע, ובכל השנה אך טוב וחסד להשפיע

השפעות טובות בבני חיי ומזוני רויחא, השופר יבשר לנו דתרועת מלך בא בביאת מלכא משיחא

בברכת כתיבה וחתימה טובה, באהבה רבה

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 27, 2011 4:10 pm
דורך ווינקל
שאץ מאץ האט געשריבן:ווינקל!
בעטן, בעטן, תרי זימנא ל"ל? ביים ערשטן וואונטשט איז דא צוויי שורות וואס ענדיגן זיך בעטן,
ווי האט יארמע רב געזאגט? מה דאך צוויי ענדליכעה ווערטער גראמען כ"ש די זעלבע גראמט זיכער...

אז דער שאץ ליינט דאס אזוי אפ, וואס ברויך איך מער קאמפלימענט... יישר כח פארן קאמפלימענט!

---
100% גערעכט! כ'האב עס טאקע נישט באמערקט, ביז דו האסט דאס אויפגעמערקט...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 27, 2011 4:36 pm
דורך ווינקל
בבא השנה חדשה לקראתינו,
קדם רבון עלמין תפליתינו,
לשנה טובה ומתוקה נזכה בלי שאלה,
בעבודת הקודש לילך למעלה למעלה,
עם צדיקים גמורים להירשם בשמים,
עם כל משאלות הלב לחיים!

(פאר א מנהל המוסד...)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 9:26 pm
דורך אויפריכטיג
מיין חבר האט מיר געבעטן איך זאל דא ארויפלייגן אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט א פאום וואס ער וויל מיטלייגן מיט א מתנה פאר זיין אידענע לכבוד דעם יום הבר מצוה פון זייער ערשטע קינד.

הרב שאץ שליט"א אדער איינע פון די אנדערע כותבי חרוזים, אפשר קענט איר ארויסהעלפן אן איד?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 10:34 pm
דורך קרעמער
עס געפעלט מיר די איידיע...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 8:23 am
דורך אויפריכטיג
וויזוי זאגט נאר שאץ מאץ: א מתנה אן א פאום איז כגוף בלי נשמה!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 11:01 am
דורך קרעמער
אויפריכטיג האט געשריבן:וויזוי זאגט נאר שאץ מאץ: א מתנה אן א פאום איז כגוף בלי נשמה!

איך האב גערעדט פון די איידיע צו געבן א מתנה לכבוד די בר מצוה פון א זוהן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 12:36 pm
דורך ווינקל
די איידיע איז עפעס גאר דיפערענט... כ'וואלט אפשר געשריבן אפאר ווערטער (ווען כ'האב ווען צייט), ווען כ'ווייס ווען וואס די מתנה דארף ארויסצוברענגן....

היות אונזער טייערע משה'לע קומט אריין לעול התורה והמצוות, גיב איך דיר דעם שיינעם זייגער....

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 10:58 pm
דורך שאץ מאץ
קרעמער האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:וויזוי זאגט נאר שאץ מאץ: א מתנה אן א פאום איז כגוף בלי נשמה!

איך האב גערעדט פון די איידיע צו געבן א מתנה לכבוד די בר מצוה פון א זוהן...


די חכמה פון דעם איז:
היות זי קויפט זיך סיי ווי סיי עפעס צו די בר מצוה זאל עס שוין זיין א מתנה...

אבער א פאום איז נישט מעגליך צו שרייבן, ווייל א מתנה פון א מאן צו א פרוי איז צו א פערזענדליכע זאך צו שרייבן א כללית'דיגע פאום, צווישן מאן און פרוי דארף א געשרייבעכטס זיין מקרב לב, נישט מקרב אייוועלט וואס יענעמס געפיל שרייבט, נאר וואס די אייגענע געפיל שרייבט, כן נראה,
ס'מוז נישט גראמען, מ'שרייבט פון הארץ ארויס ס'איז מער עושה רושם ווי פראפעשענול שורות,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 6:00 pm
דורך תרנגול
איך ברויך אפאר ווערטער פאר א מתנה פאר א מגיד שיעור פון די חברי השיעור.
די מתנה איז א נייע טלית לכבוד שבת.
מיט דאנק פון פאראויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 10:04 pm
דורך ווינקל
שלמא סגיא יעלה ויבא כראוי, מזלא טבא וגדיא יאה, למעלת כבוד ידידי מאז, מבני ציון המצויינים בהלכה המסולאים בפז, מרביץ תורה לעדרים, נודע בשערים, במידותיו היקרים, הרה"ח ר' יואל ווייס שליט"א (נישט די ניק, אדער אפשר יא?)

בעת אנו מדליקין את המנורה נר מצוה,
ושמחתך בלידת בתך למז"ט בביתך שורה,
אשגר בזה ברכתי ההדיוט שתשרה ברכה במעשה ידיך בלי קצבה,
תזכה להרחבת הדעת ובשתי שלחנות עשירות ותורה.

בכן מנחתי הדלה בזה שלוחה,
ברכת ה' היא תעשיר בגשם ורוח,
ותפלתי לה' הושיעה נא והצליחה,
במהרה נזכה להתגלות אורו של משיח.

המברך מקרב לב
ידידך


_____
ווער קען משפר זיין?

מחזורים לראש השנה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 1:19 am
דורך שאץ מאץ
איך האב געפינען צווישן מיינע ארכיוון א נוסח פאר מחזורים וואס די מחותנים שיקן פארן חתן לכבוד ראש השנה,
ס'איז זייער א שיינע אינהאלט מיט גוטע מליצות, ווי עס אנהאלט אין זיך די מליצות פון אלע 5 מחזורים, ולתועלת הציבור לייג איך עס ארויף,

בס"ד
בפרוס השנה, מנחה נתונה, להמל"ח המרומם, העוסק בתורת ד' לילה ויומם,
יושב בד' אמות של הלכה, צור עולמים רוחו בו נחה, יראתו קודמת לחכמתו,
ככל משפטו וחקתו, ה"ה החתן אלימלך נ"י ויופיע, כאור השמש ברקיע,

ראש ברכתי שלוחה, שתהא השנה הזאת לטובה ולברכה, ויפתח לתפלתינו השערים,
ויקבל תפלתך אשר תתפלל באלו המחזורים, להכין לקראת יום החופה יום הנעלה,
ויכופר בכפרה מעולה, ולקראת הנשואין שתתקיים בעוד כמה שבועות, שיבנה בית נאמן
לד' דירה כעין סוכות, כמו שהיתה במדבר לצל ולשמירה, כן ישמור ד' אהליך בשפע ושמחה ואורה,
עד שיפסח ד' על אורך גלותינו, ויקבץ נדחינו, ויוליכינו קוממיות לארצינו, בביאת משיח צדקינו,
בברכה כתיבה וחתימה טובה, המיול"ח באהבה רבה,
הק' שמערל שמערלאוויטש