פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:45 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:בד"וו וואס האלט דער עולם דא איז א נארמאלע פרייז צו בעטען פאר א פאום?
ווייל הגם עס קומט אן גרינגער פאר אונז בדחנים ווי סתם מענטשען, איז עס פארט צייט און מחשבה, איך מיין נישט די פרייז פאר א שיינע פעיפער לאמינעיטעד, נאר די פאום אליינס, וויפעל דארף קאסטען?

(איך רעד פון די סארט וואס לויפט אויף א נאמען וכו' וואס נעמט מער קאפ און צייט צו שרייבען ווי סתם א גראם )



רעג. פרייז קען זיין 75$ (שריי נישט! אזוי פיל נעם איך, און ב"ה דער עולם לאזט זיך קאסטן כן יעזור ה' הלאה)

אבער דעריבער, בין איך מקפיד דאס אביסל אויסשטעלן אויך בערך.

פארשטייט זיך אז א סטעדי קאסטומער, באקומט א הנחה (ער זאל נאך וועלן קומען נאך אמאל)

און פארשטייט זיך אז גרעסערע חרוזים פאום'ס וכדו', קאסט מער

והכל לפי המבייש והמתבייש
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:59 pm

יהיה כן האט געשריבן:א פאום פאר א חתן מתנה מנורה לחנוכה בלה"ק דייקא (מעג זיין מיט מליצות אויך)
זאל זיין מיט ראשי תיבות יהושע העשיל, ואולי גם בסו"ת מנורה
שכוח


י שוגר מנחת ביכורים, קדם החתן היקר מוכתר בכל מעל ה
ה ברכה יצורף לזה, על מעלותיו ויתרונותיו הנפלאות שלכולם ידו ע
ו ע"כ בהגיע יומי דחנוכה, שנקבעו להלל והודיה בגילה ושי ש
ש יר חדש נאמר לפניו, שיזכה לכל הברכות בבני חיי ומזוני רוויח י
ע די נזכה לראות בבנין בית הבחירה במהרה בימינו, בביאת הגוא ל


דאס איז אן דערמאנען
אז דערין אז א מנורה פאראנען
ווייל דאס איז מיר פון די האנט שנעל ארויס געקומען
האב איך זיך צו דיר שנעל גענומען
אראפ שרייבן די פשוטע געדאנקען
אפשר וועסטו פון דעם אויסארבעטן עפעס קענען
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 7:01 pm

שכוח פאר די טירחא
כ'האב עכט געוואלט יהושע העשיל זאל זיין אויף איין זייט, און מנורה אויף די אנדערע זייט
אבער כ'זעה אז דאס איז א חלק פןו דיין פרנסה, וועליך דיר נישט בעטן קיין טובות אימזינסט.... (פאר געלט קען איך אליינס....)

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 8:45 pm

מנורה איז האלב די אויתיות פונעם נאמען וואלט מען געמיזט מאכען יעדע צווייטע שורה.
@חרוזים, שיינע ארבעט, וועלקאם אבאורד.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מיטוואך דעצמבער 03, 2014 10:50 am

יהיה כן האט געשריבן:שכוח פאר די טירחא
כ'האב עכט געוואלט יהושע העשיל זאל זיין אויף איין זייט, און מנורה אויף די אנדערע זייט
אבער כ'זעה אז דאס איז א חלק פןו דיין פרנסה, וועליך דיר נישט בעטן קיין טובות אימזינסט.... (פאר געלט קען איך אליינס....)



חשבתי לעשות יהושע העשיל מצד ימין, ומנורה מנגד
אבל אינם תואמים, כפי שכבר העיר א גראם מיט טעם

יש אפשרות לעשות מנורה" חנוכה" שאז יתאים באותיות, אבל אין לזה כל שחר, זה כמו לכתוב יהושה יהושע מצד אחד

אם היית אומר שם משפחה וכדו' (אם יש לזה 5 אותיות) או שם הכלה (כנ"ל) אז יש אפשרות להוסיף 5 שורות

או אפשר לעשות רק 5 שורות, שבצד ימין יכתבו יהושע
בצד שמאל מנורה
ובאמצע (קו ישר) העשיל, אבל זה כבר עבודה קשה ביותר

(כבר עשיתי כזאת, אבל רק במחיר מלא)
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 12:36 pm

דאס איז וואס כ'האב היינט געמאכט (לידידי שביקש זאת)

איך שטעל דאס דא לטובת הרבים

(דער יונגערמאן האט געקויפט א זייגער פאר זיין אשת חיל, נאך דעם וואס זי בהעט דאס שוין א לענגערע צייט)


צו מיין חשוב'ע באליבטע אשת חיל און עקרת הבית


[center][center]אזוי פיל צייט געטוהן הערן נאכאנאנד
ס'פעלט ניייטיג א זייגער אויף מיין האנט
האב איך דערצו געטוהן גלייך לויפן
שנעל געשווינד אין געשעפט צו קויפן
א גוטע זייגער גאנץ א שיינע
וואס איז אויך ברוך ה' א פיינע
מען זאל דאס קענען אלעמאל טראגן
און מער זיך נישט דארפן קיינמאל פלאגן
מען זאל קענען וויסן שטענדיג די צייט
ווי מען שטייט נאר און ווי מען גייט

זאל אונז בענטשן דער גרויסער הייליגער באשעפער
מיר זאלן שטענדיג שטייגן און בליעהן שיין און העכער
לעולמי עד, לאנגע געזונטע יארן פאר אונז ביידע צוזאמען
קענענדיג מגדל זיין די קינדער און זיי האלטן אין די ראמען
ביז מיר וועלן צו די גאולה שלימה שוין אין גיכן זוכה זיין
ווען מיר וועלן קעגן משיח צדקינו טוהן גיין
[/center][/center]
ווי ס'וואונטשט דיין מאן וואס ליעבט דיר
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 1:30 pm

א שטיקל פאראדאקס, ער הערט שוין אזוי לאנג דערוועגן, און ער איז גלייך געלאפן קויפן..
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 1:52 pm

לכאורה האט געשריבן:א שטיקל פאראדאקס, ער הערט שוין אזוי לאנג דערוועגן, און ער איז גלייך געלאפן קויפן..


טאקע צוליב דעם שרייבט דער דאס
זי זאל מיינען אז ער האט גלייך אנגעהויבן צו לויפן

נאר דאס לויפן האט געדויערט
:grin:
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 3:22 pm

שיין,
אפשר שרייבטס א פאום אין קרעטשמע אויף א נושא?
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 5:12 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:שיין,
אפשר שרייבטס א פאום אין קרעטשמע אויף א נושא?



דארף אריין קומען א געדאנק

(אדער קען מען באשטעלן א געדאנק)

און ווען מ'דארף זיך אויסטשוכענען, וועט בעז"ה קענען עפעס געשעהן
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 5:28 pm

שלום עליכם הרב חרוזים, עס איז אונז א כבוד אייך צו האבן דא. אייערע ווערק קוקן אויס וואונדערבאר!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 9:44 pm

פאר א אינגערמאן נאך זיין חתונה, א ישר כח פאר זיין טאטן (בלשון קודש),
viewtopic.php?f=17&t=18243&start=100

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 10:41 pm

Wow
גערעכטער נאט אייך א ;l;p-
איר טויגט!!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 10:55 am

איך וויל קויפען שיינע בלומען פארן אשת חיל לכבוד שבת חנוכה,
על כל הטוב והחסד וואס זי טוט יא, און אויף וואס זי טוט נישט...
האט איינער אייגענארטיגע ווערטער פאום נוסח וואס מ'קען צו שרייבען?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 12:44 pm

בס''ד

נישט קיין גראם,אבער.....


אין די טעג וואס מיר דאנקען אויף ניסים געוואלדיג
שרייב איך מיין הכרת הטוב אין דעם קליינעם בריוו
תמיד צו פארבעסערען אונזער שטוב ביסטו גרייט

חנוכה ווי אויך א גאנץ יאר צושטעלען אזוי שיין בעלבאטיש
יענעם צופרידען מאכען איז שטענדיג דיין באגער מכל הלב
לאמיר ווייטער זעהן פון אונזערע קינדערליך א ''באנטש'' נחת

(flowers come in a bunch)
לעצט פאראכטן דורך א גראם מיט טעם אום מיטוואך דעצמבער 17, 2014 3:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 3:10 pm

גוט שבת שרייבט מען מיט א ו' נישט מיט קיין איד,
און "מי" קומט עכט פלאג און "מוה"

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 3:22 pm

רב שאץ, בעסער?
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 7:49 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:רב שאץ, בעסער?

ביז הרב שאץ מאץ ענטפערט, קען איך זאגן אז איך האלט דערפון
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 8:27 pm

ביוטופון קארדשזעס. גרויסע שכויח.
גראם. דאס איז ממש אן אויסנאם. מלא טעם.
תודה רבה.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 10:00 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:רב שאץ, בעסער?


נאך פאר איך האב צייט צו ענפערן, האסט עס שוין מתקן געוועהן,
ביסט פיינע נייעס

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 8:43 am

בס"ד
גם אני בחלומי פין הימל באשאנקען
א גראם א פאום צומאל גיטע געדאנקען
מיט פרנסה בין איך ברוך ה' גאנץ מסודר
אבער אין זייטיגע זמנים וואלט איך עס געגעבן א קאנסידער
למעשה אין גרעפיקס האב איך נישט קיין שום ידיעה
מיינט דאס אז מאכן געלט דערויף איז נישט קיין מציאה ?
ווען איינער דארף א פאום פאר סיי וואספארא עיווענט
דארף ער א פארטיגע זאך אין די הענט ?
אדער קען איך בלויז פארקויפן טעקסט כמות שהוא
א תשובה ערווארט איך פין די חברים דאהי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג ינואר 04, 2015 5:31 pm

איינער קען מיר מקשר זיין א "זמירות" מיט חמשה עשר בשבט?????

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג ינואר 04, 2015 6:11 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:איינער קען מיר מקשר זיין א "זמירות" מיט חמשה עשר בשבט?????

אז ירננו כל עצי יער
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג ינואר 04, 2015 6:13 pm

בדרך מליצה "כל ברכאין דאילנ"א ביומא שביעה תליא
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דינסטאג ינואר 27, 2015 7:15 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:אזוי ווי ס'קומט באלד חמשה עשר בשבט און מאנכע פירן זיך צו קויפן א אתרוג פושקע פאר א חתן לכבוד חמשה עשר, ליפער איך אהער 2 נוסחאות פאר א אתרוג פושקע וואס איז געגעבן געווארן לכבוד סוכות, און ס'קען גולטיג זיין אויך חמשה עשר,

נוסח א'

שוכט"ס (דא שרייבט מיט וויפיל שבחים מ'וויל פארן חתן)
ולקחתם לכם פרי עץ הדר וכפות תמרים, ושמחתם לפני ד' להדרו בהידורים, קח נא את מנחתי כלי כסף לעדי מפוארים, זה א-לי ואנוהו התנאה לפניו באתרוג נאה שדמיו יקרים, במאני קרבא לפתוח שערים, לנענע בו לד' רוחות מזרח מערב צפון דרום, מטה ומעלה להרים, בצל סוכה להשפיע לארץ ולדרים, ופסוקי הלל נאמרים, שלא יתערבו בשמחתינו זרים, עד ביאת ינון ולו יקהת עמים ושרים, ודגלנו כן ירים, כמלקט שבלים תלקט נפזרים, וקרן עמו ירים, ושמחת בחגיך, שמח בחור בילדותיך, שלמו ימי בחורתיך, אסרו חג בעבותים מחיל אל חיל יכונו רגליך, משמחת התורה ליום שמחת לבך, בחור שא נא עיניך, ארשת שפתי יערב לפניך, למען יטיב לנו ד' בגלליך, בעת תקח האתרוג בידיך, יושפע שפע רב לעומתיך, ימלא שבע אסמיך, להצליח בכל דרכיך, להקים בישראל ביתיך, על אדני הוריך ומוריך, וזאת התורה לא ימוש מפיך ומפי זרעך וזרע זרעך, עדי יתגדל ויתקדש בתוך ירושלים עירך, ע"י דוד משיח צדקך, בב"א

כברכת
המחותנים והכלה

נוסח ב'
(דארף מען לערנען מיט פשט אלע ברכות וואס זענען מרומז אין לב, ווייל אתרוג איז דאך לב כידוע)
(טיטלען פארן חתן)
ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר, הוא האתרוג להתאדר, הדר משנה לשנה, כן ידור ד' אתכם בהשראת השכינה, עוד רבות בשנים, לבנות בתים נאמנים, ובאתרוג הדומה ללב, מעומק לבבינו ברכתינו משולב, ויתן לך כל משאלות לבך ברנה יקצורו, והני תלת מילי הנרמז בלב ולב ידברו,

בנים – לב אבות על בנים, לגדלם בתורה וארוכות ימים ושנים,
חיים – והחי יתן אל לבו, לחיים טובים ובשלום תשבו,
מזוני – לב חכם בימינו ובימין הוא עושר וכבוד, וסעדו לבכם בנפש ומאוד,
וכחותם על לבך תטיב לנו החתימה, בטוב ובנעימה, ולישרי לב שמחה, נזכה בשמחה לעלות לעיר המשובחה, ויתקיים ותגל לבי בישועתיך, באמרי פינו והגיון לבי לפניך, וישוב משוש לבינו, בביאת גואלינו, במהרה בימינו,

המברכים בשמחה

המחותנים



שאץ מאץ שרייבט אז ס'לכבוד חמשה עשר, אבער דו תוכן זעה איז נאר וועגן סוכות, און האט גארנישט צו טוען מיט חמשה עשר, מאכט עס סענס כ'זאל עס נוצען יעצט פאר חמשה עשר?
אדער ניין, וואס זאגען דער מבינים ויודעי דבר?

האט איינער נאך עפעס א נוסח אתרוג פושקע לכבוד חמשה עשר?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט