פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אשמע
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » דינסטאג מארטש 20, 2018 6:29 pm

איך ווייס נישט וואו צו זוכן, אפשר דא וועט מען מיר קענען העלפן

וואס קען מען שרייבן ווען מ'קויפט א לייכטער פאר די ב"ב?

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

בס"ד

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך מארטש 21, 2018 11:38 am

געטראפן ריכטיגע פלאץ צו זוכן, קומט אין אישי.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

Dodo
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:24 pm

תגובהדורך Dodo » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 5:33 pm

איינער קען ביטע מיט מחזורים פאר פסח פאר א חתן מיטן נאמען מרדכי. ולמצוה גדולה יחשב

גבר ישראל
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מאנטאג מארטש 26, 2018 2:20 pm

א נוסח פאר א סידור פאר א תלמיד ישיבה א בחור? סידור תפלה בכוונה

אשמע
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 5:50 pm

אשמע האט געשריבן:איך ווייס נישט וואו צו זוכן, אפשר דא וועט מען מיר קענען העלפן

וואס קען מען שרייבן ווען מ'קויפט א לייכטער פאר די ב"ב?

א גוטער איד האט מיר דאס אריינגעשיקט, און איך שטעל עס דא לזיכוי הרבים.
[למעשה קומט די מתנה אויך פון די קינדער (כאטש זיי זענען נאך קליין), דעריבער איז כאילו די קינדער שרייבן עס.]


א מתנה טוען מיר דיר שענקן
מיט א הארץ פול מיט בענקן
עס טוט אויסדרוקן אסאך מער ווי ווערטער
ביטע נעם עס אָן... א זילבערנע לייכטער


ו זכני לגדל בנים, טוסטו אויסגיסן פאר אונז אויס א הייסע תפלה
ז רעא חיא וקיימא, ערליכע קינדער וואס זאלן זיין ראויים לתהלה
כ ל משאלות הלב מיט אלע גוטע השפעות זיך אויסבעטן
נ רות שבת ויו"ט עס אנצוצינדן ווען דו טוסט דערצו צוטרעטן
י עדן איינעם פון אונזער משפחה אינזינען האבן עקסטער
ל אנגע געזונטע יאהרן צו זעהן נחת ביי אונז אויף ווייטער
ג רינג ערציען מיט הרחבת הדעת זאל השי"ת זיין משפיע
ד בקים בה' ומאירים את העולם ווי עס פאסט זיך פאר בני עלי'
ל שנה הבאה בירושלים הבנוי' זאל מיר בקרוב האבן די זכי'

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

תגובהדורך שואל כענין » דאנארשטאג מאי 17, 2018 1:00 am

איינער האט א פאום פאר מיידל וואס איז געווארן בת מצוה?
מיר האבן איר געקויפט א קעמרא
ישר כח

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

תגובהדורך שואל כענין » דאנארשטאג מאי 17, 2018 11:15 am

שואל כענין האט געשריבן:איינער האט א פאום פאר מיידל וואס איז געווארן בת מצוה?
מיר האבן איר געקויפט א קעמרא
ישר כח

עני העלפ??

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:11 am

טאמער ווילט איר פאומ'ס\גראמען - אלעס צוזאמען
אדער נוסחאות וכדומה - אויסגעשטעלט פיל מיט חכמה
פאר יעדע געלענהייט - צו יעדער צייט
אויף לשון קודש אדער אידיש - יעדן מאל א חידוש
אויסגעשטעלט לויט אייער ווילן - מיט ווערמע געפילן
קומט איר מיר אין אישי שיקן - און איר וועט זיך דערקוויקן
גרויס אדער קליין - פרובט אין איבערצייגט זיך אליין
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:16 am

זוכט איר ס'זאל זיין אינטרעסאנט
עפעס וואס איז נאך נישט באקאנט
נוסחאות גראמן אדער וואס איר פלאנט
דאן שיק מיר אין אישי ווי דערמאנט
לאמיר אייך עפעס געבן אין האנט...
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 4:23 am

זכיתם בסייעתא דשמיא לעת דודים
על זאת שבחו אהובים ונתנו ידידים
נתון תתן מנחת שי בימי חג ומועדים
דברי שיר לצרף ציצים ופרחים משוקדים
לכל עת מצוא דברים מתוקים ונחמדים...

פרובט אין איבערצייגט זיך
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט