בלאט 1 פון 1

פארקויפן מחלות - וויאזוי?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 9:37 pm
דורך צום זאך
זיצנדיג איבער א גלעזל הייסע טיי, איז מיר אונטערגעקומען די היינטיגע "די קלאסיפייד" מיינע אויגן זענען גלייך געפאלן איבער אן אינטערעסאנטע עד, עס ליינט זיך אזוי: (איין ווארט משנה געווען..)
צו פארקויפן א מחלה אדער א צרה פאר א לא לנו כמבואר בספר חסידים ובספה"ק, רעזולטאטן בדוק ומנוסה. רופט מכון ישועת ישראל

עס קוקט אויס זייער קאמיש, פארוואס זאל ער עס וועלן אפקויפן?
(אפשר באלאנגט עס אין ידיעת התורה? מנהלים מאכטס אפ.)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 9:45 pm
דורך גרויזאמער
איך האב עס אויך געזען און מיר איז עס אויך שווער געווען, (אן אשכול האב איך אבער נישט געוואלט עפענען, ווייל ס'מיר נישט ווערד די געלט וואס די קרעטשמע בעט דערפאר).

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 9:49 pm
דורך שמן זית
עס איז א אלטע סגולה, גוים גלייבן סייווי נישט דערין סא דו גיסט אים עטליכע דאלער קויפט ער גערן אפ די מחלה, ער האלט נישט אז ער גייט קראנק ווערן, משא''כ אונז אידן צאל מיר דערפאר ווייל מיר זענען מאמינים בני מאמינים,
אין קרית יואל איז דא א גוי ער הייסט וואלדעק ער זאגט אלץ אז טאמער זוכט מען א גוי איבערצושלאפן אין א נייע הויז זאל מען אים נעמען ער נעמט אויף זיך אלע שדים ורוחין

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 14, 2009 10:03 pm
דורך שטארק זיך
עס איז פאראן א מעשה איבער א מופת פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע דורך וועלכע דער ריסקעווער רב זצ"ל איז אויסגעהיילט געווארן און אן ערל האט איבערגענומען די מחלה, איך געדענק נישט פונקטליך, ס'זיכער דא ווער ס'געדענקט יא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 8:30 am
דורך צום זאך
הייסט דאס אז די מכון זענען בראוקערס צווישן דעם בעל המחלה און דעם קויפער, כ'כאפ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 8:44 am
דורך שוועמל
דאס איז בעצם אן אמתע זאך.

אלישע האט אויסגעהיילט נעמן פון זיין קרעץ, דערנאך האט ער פארשאלטן גחזי 'וצרעת נעמן תדבק בך', שטייט אין פסוק ויצא מביתו מצורע כשלג.
דער יוד הקדוש האט אמאל אויסגעהיילט א איד, און ער זעלבסט איז קראנק געווארן די זעלבע מחלה, ביז ער האט מתפלל געווען פאר זיך און איז גלייך געזונט געווארן.

דאס הייסט א קרענק רח"ל קען מען טרענספערן פון איין מענטש צום צווייטן, נו זאל עס גיין צו אלע לא לנו'ס..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 9:10 am
דורך והוא פלאי
דער מקור איז א ספר חסידים סי' תמ"ח
אויך פארקויפן א קינד ביי איינעם וואס עס האלטן זיך נישט קיין קינדער איז א ספר חסידים סי' רמ"ה
אויך איבערשלאפן א גוי אין א נייע דירה ווערט געברענגט אין די פוסקים דאכט זיך דער אבני צדק איז עס מעתיק
די אלע סגולה'ס זענען געווען נהוג אין געוויסע מקומות, אין ווערן געברענגט אין געוויסע ספרים, אין אפי' מיט א פלפול צו איין בו משום ניחוש אדער דרכי האמורי,
בכלל עניני סגולה, איז דא א סאך וואס טוהן נישט נאר מה שיש להם בקבלה, ומקורו בדברי היש"ש אודות סגולות המובאות בגמרא שאין לעשות,
אבל ללעוג מסגולות חס ושלום, וסגולות אין להם הבנה, עיין באוהח"הק על והייתם לי סגולה,
והאשמים הם לא הכותבים כאן, רק אשמים הם מי שבודים בכל שני וחמישי סגולות מלבם, ולכן צודקים אלו האומרים על כל סגולה מה המקור, אבל ללעוג אין, כי לפעמים יש להם מקור קדוש,
ואגב אכתוב, נא לציין ערענסטע מקור דווקא
פרק שירה
שיר השירים ארבעים יום
קאפיטל י"ג י"ג אנשים י"ג פעמים י"ג ימים
ארבעים נשים ליקח חלה
לומר גד גדוד יגודנו ואמר ר' בנימין להיעשות חבר בהצלה יש לי מקור...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 9:26 am
דורך ליסקא
דער שאפראנער רב זצ"ל פלעגט ביים פארקויפן דו חמץ פארן גוי, ביים איבער געבן די שטרות פלעגט ער זאגן איך פארקויף אויך אלע מחלות אויפן תנאי נישט צוריק צו קויפן נאך יו"ט

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 1:25 pm
דורך שמערי בערי
איך האב לעצטנס געהערט א אינטערעסאנטע מעשה.

א איד אין וומ"ס וואס פיל קענען אים, ר' י. ר. (משמש אין קליימער ביהמ"ד) איז שטארק נישט געזונט געווארן. און זיינער א ידיד האט געמאכט אזא קנין מיט איינער פון דעם חולה'ס ארבעטער, א גוי. געבנדיג אים א צוואנציגער, און פארקויפנדיג דעם מחלה.

לא היו ימים מועטים, און איין אינדערפרי איז דער גוי נישט אויפגעשטאנען, א כפרה פאר כלל ישראל...

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 18, 2009 8:49 pm
דורך געלעגער
שמערי זייער אן אינטערעסאנטע מעשה,
אבער דער ר' י.ר. זז"ג דארף נאך א גרויסע ישועה, דער אויבערשטער זאל אום העלפען.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 6:29 pm
דורך ביקסאד