בלאט 1 פון 1
וואס וויל עפל בענק אין אימעיל?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 1:18 pm
דורך גרויזאמער
נאך איינער נוצט דא זייער אונליין ביל פעימענט? זיי הערן לעצטנס נישט אויף צו באמבאדירן אין אימעיל אז זיי גייען איבערארבעטן זייער סיסטעם, וויפיל איך האב פראבירט צו פארשטיין וואס זיי ווילן פון מיר האב איך נישט מצליח געווען. יעדן טאג נאך א מעסעדזש READ NOW!!!
איינער קען מיך בקיצור מסביר זיין פון וואס די רעדע איז דא?
גוגל עדס:
דארפט איר א גוט יאר? גיסט אן א עפל מיט האניג
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 1:45 pm
דורך מעכיל
איך האב פאר צוויי וואכען צוריק אויך נישט אויפגעהרט צו באקומען אימעיל'ס פון זיי
פון מיר האבן זיי געוואלט איך זאל טוישן מיין באנוצער נאמען און מיין פעססווארד איך האב עס געטוישט זייט דעמאלטס הער איך שוין נישט פון זיי
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 2:19 pm
דורך bailout
דאס איז לכאו' די ווייטע האנט פון וויכי וואס פרובירט דיך צו דערשנאפן.....
---------------------------------------
איך ווייס נישט וואס זיי ווילן אבער איך האבעס נאר באקומען צוויי מאל
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 3:25 pm
דורך צייטליך
אה! מיך מוטשעט עס שוין אויך די לעצטע פאר וואכן, איך לייען די אימעיל, איך גיי אריין אין וועב זייטל, אבער... איך זעה גארנישט.
איך האב נישט קיין אנונג פארוואס זיי שיקן דאס צוויי מאל א וואך, און זיי קעפעטעלירן די ווערטער "לייען יעצט" אזש מ'קען מיינען אז דאס איז וויכטיג ממש אויף די מינוט.
גוט גרויזאמער, מיר הייבן אן א מיסיע. ווילסט אראפקומען אין באנק? איך האב א שטרומפ, ברויכסט איינס?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 23, 2009 3:45 pm
דורך צום זאך
גרויזי, איך האלט אז דאס איז א פערזענליכע נקמה פון "עפל" באנק אין דיר! זיי האבן זיך נאך נישט בארואיגט פון יענעם "גרינעם" דינסטאג ווען פ.ס. געניסער האבן זיך דערזען מיט די $200 גרינס - פער קינד, האסטו אנגעדרייט א פאניק אז מ'מוז ארויסנעמען די געלט פאר 1:00 אזייגער.. זיי האבן נישט געקענט נאכקומען ס'פארלאנג פאר אזויפיל קעש אויף איינמאל, בקיצור ס'איז זיי געווען בושות.. יעצט גייען זיי דיר אטאקירן מיט ספעם'ס אין דיין אינבאקס..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 24, 2009 9:10 am
דורך יגרסהדותא
דארט איז גרויזי נעבעך גארנישט שולדיג געווען (איך הער זאגן..), וויכי האט דענצמאל גענוצט גרויזאמער'ס ניק! ווען "עפל" זאל דערפון געוואר ווערן..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 24, 2009 9:50 pm
דורך וואדקע
איך האב אפגעהאקט מיט די משוגעים בערך צוויי יאר צוריק,
זיי האבן נישט קיין 24 קאוסטמער סערוויס אין זייער אנליין סיסטעם וואלט גיווען א היט פין א סייט 15 יאר צוריק...
ועוד ועוד ועכמ"ל
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 25, 2009 7:57 am
דורך לאז געמאכט
וואדקע האט געשריבן:איך האב אפגעהאקט מיט די משוגעים בערך צוויי יאר צוריק,
זיי האבן נישט קיין 24 קאוסטמער סערוויס אין זייער אנליין סיסטעם וואלט גיווען א היט פין א סייט 15 יאר צוריק...
ועוד ועוד ועכמ"ל
סעים העיר... איך האב זיי דעס געזאגט קלאר, זיי האבן מיר דעמאלט געענטפערט אז זיי ארבעטן אויף א נייע סייט, למעשה היינט נאך אפאר יאר מיינעך אז זיי האבן קיין גרויסע שינוים לטובה נישט געמאכט.
חוץ דעם איז קאסטעמער סערוועס (געווען) שרעקליך!
צו רעדן צו א מענטש האט מען געדארפט ווארטן ביז די מאשין זאגט אלע אפשענס, דערנאך הערשט אנהויבן ווארטן אויף א מענטש וואס דאס האט אויך גענומען לאנג
ווען עמיציר איז שוין יא געקומען צו די ליין האט ער מיר נישט געהאלטן ביים ארויסהעלפן...
פעך, מיט אזא פירמע גלייך איך ניט צו טון ביזנעס.
(איך שרייב אלעס מיט א לשון 'געווען' ווייל ס'קען זיין זיי האבן זיך שוין פארבעסערט, (למשל די ברענטש אליינס אויף לי עוועניא האבן זיי פיל פארבעסערט די אויסזעהן), ס'איז אמת אז דער באנק מענעגער מסרי איז א צדיק פון א איד און די לאקעשאן פון די באנק קעניש זיין בעסער... אבער פארט קעניך נישט פארקוקן אויף אנליין בענקיניג און קאסטעמער סערוועס, איים סארי!)
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 1:11 pm
דורך מעכיל
כ'קען נישט אריינגיין אין מיין אונליין בענקיניג
עני העלפ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:33 am
דורך EMT
דו דארפסט זיי קאלן אויף 914-902-2775
יעדער האט געדארפט טוישן זיין USERNAME ביז SEP. 30 צו מינ. 8 קערעקטערס און ווער ס'האט נישט ביז דעמאלטס געטוישט דארף זיי קאלן דירעקט אויפן טעלפאון
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:38 am
דורך מעכיל
ס'האט זיך שוין געפענט ב''ה