בלאט 1 פון 1

ווען צו גיין נאך געלט ביים דאווענען

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 11:48 am
דורך 1x1
ווען מ'גייט נאך געלט ביי מנינים שחרית, ווען איז די בעסטע צייט צו גיין?

איז אזוי; אנפאנג שחרית, איז נאכנישט די גאנצע עולם דארט (מענטשן כאפן זיך נאך מיט ביז...).

סוף דאווענען, זענען שוין אסאך מענטשן נישט דא.

ביי הויכע שמו"ע, איז לדעתי אויך נישט גוט. א חלק מענטשן זענען נאך מאריך בתפילתם, א חלק פאנגען הערשט יעצט אן צוזאמען מיט'ן בעל תפילה (שאץ-מאץ בלע"ז), א חלק לייגן דעמאלטס ר"ת תפילין.

איך האלט, פון ויברך דוד ביז ק"ש (ולא עד בכלל). דערוילעם איז שוין/נאך דארט, וכו' וכו'.

וואס האלט דער עולם דא?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 12:07 pm
דורך קרעמער
אין וויזניץ מאנסי געדענק איך א תקנה אז מען "טאר" נישט ארומגיין זאמלן נדבות ביז נאך שמונה עשרה, כדי נישט צו שטערן די כוונת התפילה.

ווען איך גיי נאך געלט רעכן איך אויס צו גיין אין א טאג וואס מען זאגט והוא רחום און מען ליינט... דעמאלטס האסטו דעם עולם ביי די האנט (ד.מ. זיי דרייען מיט די הענט "אין לי"..).

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 1:23 pm
דורך שאץ מאץ
איך מיין אז פון נאך ברכו ביז שמו"ע איז די בעסטע צייט, אין סתם א טאג,
ד' וה' און טעג וואס מ'ליינט איז אין די ליינען עריע דהיינו והוא רחום וכו' גוט ווי קרעמער זאגט,
לגבי די סימנים וואס צו ווייזן פארן געלט גייער (עי' שטום שפראך)
.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 9:51 am
דורך 1x1
שאץ מאץ האט געשריבן:איך מיין אז פון נאך ברכו ביז שמו"ע איז די בעסטע צייט, אין סתם א טאג.

ביז שמו"ע? אינמיטען קרי"ש אויך?

שאץ מאץ האט געשריבן:לגבי די סימנים וואס צו ווייזן פארן געלט גייער (עי' שטום שפראך).

ביטע א לינק, ייש"כ.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 12:18 pm
דורך 3x0
1x1 האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:לגבי די סימנים וואס צו ווייזן פארן געלט גייער (עי' שטום שפראך).

ביטע א לינק, ייש"כ.

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... ic#p141612

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 10:44 am
דורך 1x1
שכוח טריאו.