בלאט 1 פון 2

רייניגן וויין פלעשער, וכת דיליה...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 10:12 pm
דורך פינקט פארקערט
איך גלייב אז עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, אז מ'פארגעסט אויסציגיסען מוצ"ש די וויין/גרעיפ דזושס פון די זילבערנע וויין פלאש, אין וואס ס'פאסירט דערנאך פעלט שוין נישט אויס מסביר צו זיין, די וויין ווערט פארשימעלט אין אנגעקלעיבט אויף די זייטען, אין ס'איז ביטער ווי א זית....

איך זיך הילף, אויב איינער ווייסט ווי אזוי מקען עס אויסקלינען, ווייקען מיט וואסער/זייף/הייסע וואסער האט נישט געהאלפען, די פראבלעם איז, וויבאלד עס איז אנגעקלעיב אויף די זייטען אין מקען נישט צי קימען מיט א "שמאטע" (נישט די ניק..) אויף די אויבערשטע העלפט פלאש, במילא איז כמעט נישט מעגליך דארטען אפציווישען.

אבער פאר "חברי ה'קרעטשמע" איז נישטא אזא זאך "נישט מעגליך" כ'האף אז איינער וועט קענען אויפקימען מיט א עצה- א פאטענט.

איך ווארט........

(סאיז א גרויסע פלאש, א באטי בראש איז זייער קליין פאר דעם.)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 11:10 pm
דורך והוא פלאי
עס איז פארהאן א זאך וואס הייסט א decanter brush אמאל האט מען עס נאר געקענט באקומען אין ספעצילע וויין סופליי געשעפטען אבער זייט עס איז דא א זאך וואס הייסט אינטערנעט קענען פשוטע מענטשען וואס האבען צוטריט דערצו עס באקומען.
עס איז דא נאך פראדוקטען silver beads וכדו' וואס איז נישט פראקטיש.
זיי שרייבען אז לעת הצורך ווייקען denture tablets איז אן עצה, אית וואלט נאך אלץ קודם פרובירט דאס ערשטע.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 1:50 am
דורך שאץ מאץ
וווארעם וואסער ביז אויבן, מיט א 3 לעפל בליטש...
לאזן די וואסער מיט די 3 לעפל בליטש פאר עטליכע שעה,
און ס'וועט ארויס קומען,

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 6:09 am
דורך פינקט פארקערט
והוא לפלאי, א גרויסען יישר כח, מיר גייען שוין גאגעלען אויף דעם בראש, איך האף אז עס וועט ארבעטען.

שאצע'ל, א דאנק, איך וועל פראבירען דיין עצה, באט ווייקען וועט לכוראה נישט העלפען ווייל דעיס איז פארקלעיבט אין מדארף דאס אראפרייבען מיט כח.

גיימער גאגלען....

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 11:13 am
דורך איך_הער
מן הסתם רעדסטו נישט פון די שווארצע פלעקן וואס קענען בלייבן אין א זילבערנע פלאש אויך אויב מ'גיסט יא אויס די וויין צייטליך, וואס צו יענץ איז דא א שטיקל עצה, (נישט גוט פאר פסח) אריין צו לייגן אביסל וואסער מיט רויע רייז, און עס גוט אויפשאקעלן, ס'העלפט אסאך, איך גיי נישט זאגן הונדערט פראצענט, אבער מער יא ווי נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 01, 2009 11:43 pm
דורך לעווי
מיין ווייב לייגט אריין ווארים וואסער מיט איין "אלקע סעלצער" טאבלעט און עס קומט ארויס שפאגל ניי.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 3:40 pm
דורך פינקט פארקערט
שאץ, איך האב אריין געלייגט וואסער מיט בליטש אזוי ווי די האסט רעקאמאנדירט, סקוקט אויס ווי סהאט געארבעט, באט איך זעה אז די בליטש האט שווארץ געמאכט די פלאש פין אינדרויסען איבעראל ווי סהאט אנגעטראפט, סאו איך פארשטיי פין דעם אז אינעווייניג איז עס אויך שווארץ, איז מיין שאלה צי דאס קען זיין א פראבלעם פאר די וויין/גרעיפ דזשוס???
וואזשע טוסטו נאכען אויסגיסען די בליטש, די פלאש שמעקט דאך אזוי.....

"והוא פלאי", די בראש וואס די האסט רעקאמענדירט איז נישט געאייניגט פאר מיין פלאש, מיין פלאש איז צי גרויס פאר דעם.

א יישר כח פאר אלע מגיבים.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 4:41 pm
דורך לעווי
נוץ ענדערש די אלקא סעלצער וואס איך האב רעקאמאנדירט, בליטש איז נישט קיין שפיל.

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 05, 2009 9:49 pm
דורך פינקט פארקערט
לעווי, איך האלט שוין נאכען ניצען בליטש, די שאלה איז וואס טו איך יעצט?? זאל איך עס איבער מאכען מיט די אלקא סעלצער אזוי ווי די זאגסט, אין דעיס וועט שוין אויך ארויס נעמען די גערוך??

שאצע'ל, ווי ביסטו??? די האסט געגעבען אן עצה, איך האב דיך געפאלגט, יעצט ענדיג עס צו, וואס טוסטו נאך די בליטש?????? :-(

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 12:22 am
דורך שאץ מאץ
אזויפיל שכל האסט געמעגט האבן אז מ'לאזט נישט בליטש טראפן פון דרויסן,
אינעווייניג שאדט נישט אז ס'גייט ארויף בליטש ווייל די בליטש נעמט נאר אראפ דעם גלאנץ,
איך גלייב נישטאז דריי קליינע לעפלעך בליטש זאלן לאזן אזא שטארקע גערוך, אבער זוי ווי זוי וואש עס גוט אויס מיט סתם זייף וואסער ווי גילא וכדומה אז ס'זאל אוועק גיין דער טעם פון בליטש,
.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 05, 2010 3:07 pm
דורך גולש
איך מיטשע מיך מיט די זעלבע פראבלעם, שווארצע באשטאנדטיילען אויף די גרונד פונעם וויין פלאש פונאינעווייניג,
איז ציגעקימען נאך עיצות ביי איינעם דא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 7:32 am
דורך טאבאקא
די בעסטע עצה איז, דאס וואס די רבנית לבית טאבאקא זז"ג האט שוין געטוהן מיט צענדליגער יארן צוריק.
מ'לייגט שיינערהייט אריין דעם זילבערנעם וויין פלאש אין שראנק, און מ'האנדלט זיך איין א קריסטאלענעם.

ס'איז שענער, ביליגער, מ'זעהט וויפל ס'איז נאך דא, ועל כולם דארף מען נישט האבן די פרעשור עס גלייך אויסצוליידיגן וויל אויב נישט...

(איך גלויב אז ס'הייסט נישט משנה געווען, ווייל אונזערע אור עלטערן האבן לכאורה בכלל נישט פארמאגט א וויין פלאש. און עפ"י רוב זענען די לייכטער אויך נישט געווען פון זילבער, נאר מעשענע, אדער פון קופער).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 12:20 pm
דורך סאדע_באטל
משל למה הדבר דומה, איינער פרעגט וויאזוי מען נעמט קעיר פון א עכט זיידענע בעקיטשע.

און די בעסטע עצה דערצו איז צו נוצן א פאליעסטער בעקיטשע....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 12:34 pm
דורך ווינקל
וואס איז די נמשל?

מען מוטשעט זיך מיט א וויין פלאש, קומט א סאדע באטל...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 18, 2010 12:38 pm
דורך דארפסמאן
זאג מיר נישט אז די לייגט אריין די וויין און א סאדע באטל

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 11:23 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איך ברענגעס ארויף ווייל איך האב דעם פראבלעם יעצט, איך גיס אויס די וויין יעדע וואך נאך יעדע סעודה און שווענקעס גוט אויס מיט וואסער,

שכוח לכאורה פארן אנווייזן דעם אשכול

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 11:30 am
דורך מילכיגער
מיין בעסטע עצה איז נישט צו נוצן א וויינפלאש וואס איז נישט פון גלאז. וכן אני נוהג צו נוצן די שיינע וויין פלאש נאר למראית העין

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 11:38 am
דורך להגדיל שמו
אזוי ווי איך ניץ יעדע וואך א זילבערנע וויין פלאש, איך האב זייער ליב זילבער, וועל איך מיט טיילען מיין עקספיריענס.
1) מען דארף אויסוואשען דעם וויין פלאש תיכף נאך די סעודה, און עס לאזען שטיין מיט וואסער א גאנצע נאכט.

2)פאר די פראבלעם פון די שווארצע שטיקלעך (וואס קימט אויב מען טיט נישט סעיף 1)) קען קויפען אין כמעט יעדע פלאמבינג סופליי א "בוילער בראש" וואס ענדעלט שטארק צו די קינדער-באטעל בראש, נאר עס האט א גרויסע שטעקען.

3) אריין גיסען עסיג און לאז עס שטיין פאר א שטיק צייט.
נ.ב. איך נעם נישט קיין אחרית אויף די גרויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 11:39 am
דורך להגדיל שמו
מילכיגער האט געשריבן:מיין בעסטע עצה איז נישט צו נוצן א וויינפלאש וואס איז נישט פון גלאז. וכן אני נוהג צו נוצן די שיינע וויין פלאש נאר למראית העין

די עצה איז גיט פאר פסח באנאכט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 11:47 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
די בוילער בראש איז א הארטע בראש אדער א סאפט בראש?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 11:48 am
דורך להגדיל שמו
עס איז דא ביידע.
איך רעדט פון די ווייעכע

הילף מיט אויסוואשן א קריסטאל פלאש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:42 am
דורך טהור-עיניים
איך האב אינדערהיים עטליכע קריסטאלענע ווייל פלעשער וועלכע איך פלעג נוצן לכבוד שבת קודש, אבער איך האב א פראבלעם אז נאך א שטיק צייט ווערט ער שמוציג פון אינעווייניג און איך קען אים נישט אויסוואשן געהעריק, שוין געטרייט מיט זייף, הייסע וואסער, קאכעדיגע וואסער, באטי בראש, אבער גארנישט ארבעט נישט, קען אפשר איינער געבן אן עצה פאר א איד, לכבוד שבת קודש.

איך בין זיכער אז דער שבת קודש וועט אייך דאנקבאר זיין, און דער באשעפער וועט אייך באצאלן פארן מאכן משפחת טהור'ל'ס שבת טיש שענער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:59 am
דורך והנה און נון

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:42 am
דורך נא_שכל
טהור'ל עס קוקט אויס ווי איר טרינקט פיינע רויטע טרוקנע וויין, ווייל נאר פון דעם קומען נישט די פלעקן ארויס גרינג.
לייג אריין "בליטש" פאר אפאר טאג. אדער ווייסע עסיג. אדער לייג אריין א וואונדערליכע זייף וואס רופט זיך "באר קיעפער'ס פרעינד" bar keeper's freind" פאר געציילטע מינוט'ן, עס ארבעט וואונדער ביי וואנעס וכדומה וואס די שווארצקייט קומט נישט ארויס. [אבער איך נעם נישט קיין אחריות פאר דיינע כלים].

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2014 7:22 am
דורך farshlufen
טהור, ווייקן אין זייף, לייג אריין א שמאטע אדער טאול פעיפער און זיי עס גוט מנענע לד' רוחות העולם.