וואס איז טאקע שלעכט מיט א טו-ווילער?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דינסטאג יולי 25, 2017 12:45 pm

תיו שין זעבענטין, זאל די גרעניץ ווי אזוי מחנך קינדער, זיין צו אסר'ן בייקס, א פלא.
די פראבלעם'ס מיט די היינטיגע קינדער האלט שוין אפאר טויזנט מייל ווייטער פון דעם.
פליאה עצומה!
'חוץ פון דעם', וואס אלע אנדערע מוסדות ווי עס איז בכלל נישט קיין איסור [אין בכלל נישט עולה על הדעת געוועהן צו אסר'ן], האב איך קיינמאל נישט געהערט עפעס א חורבן וואס איז ארויסגעקומן פון די טריפנע סמרט.. כמיין בייק!
אפשר פאר 30, 40 יאר צוריק האט מען געמיינט אז עס איז די דרך ווי מען גלוטשט אפ, אבער אויב מען האלט שוין היינט, און קיין שום פראבלעם זייעט עס נישט אן, והא ראי' אין די אנדערע חדרים וואס איז מותר, יוכיח, זע איך נישט [אני הקטן הצעיר באלפי ישראל] וואס איז די פראבלעם. אדרבה זאלן קינדער זיין ביזי מיט ארום פליען מיט בייקס, בעסער ווי אנדערע נסיונות וואס עס איז היינט דא. והנלע"ד כתבתי.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג יולי 25, 2017 12:48 pm

מ'גייט יא ארום און וועם מ'זעט קאלט מען אן די עלטערן און מ'רעדט צום קינד.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דינסטאג יולי 25, 2017 12:49 pm

כא כא כא האט געשריבן:מ'גייט יא ארום און וועם מ'זעט קאלט מען אן די עלטערן און מ'רעדט צום קינד.

אויב איך מעג פרעגן וועלכע מוסד ?

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג יולי 25, 2017 6:25 pm

מיין חבר האט לעצטנס צושפאצירט צו רבי ישעי יעקב שטויבער'ן פרעגן וויאזוי איז צוגעגאנגען די 'מסורה' וואס ער האט מקבל געווען פונעם רבי'ן.

האט ער געזאגט אז מען האט פארגעלייגט פארן רבי'ן אז היות קר"י איז געווען א קליינער שטאט און מען וואלט זיך געשפארט טראנספארטאציע אויב די קינדער גייען קומען מיט די בייקס, און פון די אנדערע זייט האט מען געהאט חששות אין חינוך ווי ארומפארן צו די ארומיגע געגנטער ועוד, ורבינו אמר אז ער וויל זיך איבערטראכטן און מ'זאל צוריק קומען.

צומארגנס האט די רבי געזאגט אז ער האלט אז מען זאל נישט לאזן פארן מיט די בייקס.

#לידיעה_בעלמא

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דינסטאג יולי 25, 2017 7:27 pm

שמואל בארג האט געשריבן:מיין חבר האט לעצטנס צושפאצירט צו רבי ישעי יעקב שטויבער'ן פרעגן וויאזוי איז צוגעגאנגען די 'מסורה' וואס ער האט מקבל געווען פונעם רבי'ן.

האט ער געזאגט אז מען האט פארגעלייגט פארן רבי'ן אז היות קר"י איז געווען א קליינער שטאט און מען וואלט זיך געשפארט טראנספארטאציע אויב די קינדער גייען קומען מיט די בייקס, און פון די אנדערע זייט האט מען געהאט חששות אין חינוך ווי ארומפארן צו די ארומיגע געגנטער ועוד, ורבינו אמר אז ער וויל זיך איבערטראכטן און מ'זאל צוריק קומען.

צומארגנס האט די רבי געזאגט אז ער האלט אז מען זאל נישט לאזן פארן מיט די בייקס.

#לידיעה_בעלמא


דאס הייסט אז ביז קרית יואל איז מען אלע יארן געפארען מיט בייקס אין וומ"ס ב"פ מאנסי ? זיכער נישט

נישט מיין חבר נאך איך אליין האב געהערט פון איינע פון די מלמדים וואס זענען געווען ביים אסיפת המלמדים אין בעיקערטאון אז מען האט געבעטען דעם רבי'ן זאל מתיר זיין אין קר"י אין דער רבי האט געזאגט אז עס איז א גויאישע זאך פונקט וואו אין שטאט אין איך וויל עס נישט האבען

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דינסטאג יולי 25, 2017 7:32 pm

eller האט געשריבן:איך שטיי איך וואונדער מיר שוין לאנג וואס איז די איסור וואס מ'פארקויפט אין נאמען פונעם רבין אז ס'איז אסור צו פארן מיט איז ?
האט עס צו טוען מיט חוקת הגוי ? און בכלל אין לאנדאן אנטווערפן און אין נאך פלעצער איז עס א נערמאלע זאך ווי יעדער ניצט דאס פארוואס זאל מען דא עס נישט מעגן ניצן.
באמת איז דאס זייער א גיטע. געזונטע. און ביליגע זאך. כ'וואק אסאך מאל דורך די סיטי בייק'ס אין כ'באוויין פארוואס אידן קענען זיך נישט מחי'ה זיין מיט עס.
(אגב און מיין ביה"מ איז דא א שיינע גרופ וואס זענען מעמבער'ס דארט און יעדע פאר טעג כאפט מען א שטיקל רייט אויפן בעיק פאר געזונטענהייט (שטייטצעך נישט אויף לי....)
אפשר קען איינער אריינקומען און אויסקלארען אביסל די נושא.


איך האב געפרעגט אינגעלייט פון וויליאמסבורג וואס קומען פון יוראפ צו דיין טאטע פארט מיט א בייק אין לאנדאן זיי זאגען דער היימישער עולם פארט זייער ווייניג עס איז נישט אזוי נערמאל די זעלבע אין אנטווערפען פארען נישט קיין היימישע עלטערע אידן מיט בייקס

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג יולי 25, 2017 7:51 pm

ווי האלט איך דא האט געשריבן:
נישט מיין חבר נאך איך אליין האב געהערט פון איינע פון די מלמדים וואס זענען געווען ביים אסיפת המלמדים אין בעיקערטאון אז מען האט געבעטען דעם רבי'ן זאל מתיר זיין אין קר"י אין דער רבי האט געזאגט אז עס איז א גויאישע זאך פונקט וואו אין שטאט אין איך וויל עס נישט האבען

איז שייך צו שרייבן זיין נאמען אז דער עולם זאל קענען קאנפערמירן אז אויב האט ער אזוי דערציילט דאן איז די מעשה טאקע אזוי געווען און נישט אז זיין געפיל האט ציגעפיצט די מעשה?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג יולי 25, 2017 7:56 pm

אין לאנדאן טאקע ניצן עס מער בחורים ווי טאטעס אבער אין אנטווערפן ניצן עס יא יונגעלייט אין גרויסן, מיט אזא האלטער אין בעק ווען מ'טראגט די יונגל אין חדר
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג יולי 25, 2017 8:02 pm

אין אנווטווערפן איז עס א געהעריגע נערמאלע זאך, יעדער פארט דארט מיט ביציקלעך אפי' עלטערע באזעצענע יודן,

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג אוגוסט 06, 2017 6:52 am

טאכלעס! למעשה די געשמאקסטע זאך איז צו זיצען אין די בעק פונעם טווילער און האבן א געשמאקע לופטיגן רייד!

וואס גייט דיר אן וואס יענער זאגט! ס'איז א מחיי'!
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג אוגוסט 06, 2017 6:54 am

משה כספי האט געשריבן:
אזוי ווי איך בין געווען א קינד און איך בין געווען אין אפיס נישט צו באקומען א פרס האב איך נישט געהאט די מעגליכקייט צו פרעגן מער אויף די נושא

די טראבל מעיקער
איזי

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:12 pm

ביי מיר איז אייביג געווען די פראבלעם פון די שייגאץ בייק אז כ'האב מיר למעשה קיינמאל אויסגעלערנט עס צו קאנטראלירן..
כ'פלעג אראפפאלן נאך א האלבע בלאק אז כ'האב זייער שנעל אויפגעגעבן..

דאס איז די פראבלעם דערפון ביי מיר..
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:32 pm

אן אלטע אויסגעדראשענע שערורי', עס קען זיין אז סאטמאר רבי זי"ע האט דאס אנגעקוקט אז דאס איז א גוי'אישע זאך, און דאן איז נישט אויסגעהאלטן אלס חוקות הגוי. יאך האלט אז די זאך איז נישט קלאר ארויסגעברענגט געווארן דורך ר' ישעי' יעקב צו דעם רבי'ן, זינט כ'קען ר' ישעי' יעקב'ן אליינס.
ממילא ווען מיין זון האט מיך געפרעגט צי כ'לאז אים פארן מיט אזא בייק, האב איך אים געזאגט אז יא. אבער אויב לאזט מען נישט מצד פונ'ם מוסד, זאל ער עס נישט טון. דרך ארץ פאר די ענטיטי איז א מאסט אויסצולערנען פאר א קינד, צוליב פיעל אנדערע סיבות.
עכנלענ"ד

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3142
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:56 pm

סאכדעס האט געשריבן:אן אלטע אויסגעדראשענע שערורי', עס קען זיין אז סאטמאר רבי זי"ע האט דאס אנגעקוקט אז דאס איז א גוי'אישע זאך, און דאן איז נישט אויסגעהאלטן אלס חוקות הגוי. יאך האלט אז די זאך איז נישט קלאר ארויסגעברענגט געווארן דורך ר' ישעי' יעקב צו דעם רבי'ן, זינט כ'קען ר' ישעי' יעקב'ן אליינס.
ממילא ווען מיין זון האט מיך געפרעגט צי כ'לאז אים פארן מיט אזא בייק, האב איך אים געזאגט אז יא. אבער אויב לאזט מען נישט מצד פונ'ם מוסד, זאל ער עס נישט טון. דרך ארץ פאר די ענטיטי איז א מאסט אויסצולערנען פאר א קינד, צוליב פיעל אנדערע סיבות.
עכנלענ"ד

אקוראט וואס איך האב געזאגט מיין אינגל. און איך ווייס אז איך בין נישט סאכדעס... GMTA
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

קרית יואל

תגובהדורך לייטער » מיטוואך יולי 24, 2019 7:20 pm

קרית יואל
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:איך האב געזען מעגליך צום ערשטן מאל א אינגערמאן מיט א ביבער היט און רעקל פארן מיט א טווילער 2 רעדילדיגע בייק אין שאפינג סענטער רח''ל


דאס איז דאך א געפעערליכע פרצה נוראה ה' ירחם, ווער ווייסט ווי דער אינגערמאן גייט זיך נאך דערקייקלען, מארגן גייט ער נאך לערנען ארטסקרול....

פין סאשי און פיצא האסטי נישט מורא ?
איך האב דוקא נישט געמאכט א בילד משום כבודו, באט מען קען מיך גלייבן, סאיז געווען היינט נאכמיטאג אין שאפינג סענטער, סהאט אויסגעזען זייער נארטיליך פאר אום, נישט כאילו ער פייפט אויפן סיסטעם מעגליך ער וואוינט נישט דא, ער האט געפארקט זיין בייק אריין אין בוטשער כאילו גאנץ קרית יואל פארט מיט א בייק די לעצטע 20 יאר

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך יולי 24, 2019 8:27 pm

צו געזונט האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אן אלטע אויסגעדראשענע שערורי', עס קען זיין אז סאטמאר רבי זי"ע האט דאס אנגעקוקט אז דאס איז א גוי'אישע זאך, און דאן איז נישט אויסגעהאלטן אלס חוקות הגוי. יאך האלט אז די זאך איז נישט קלאר ארויסגעברענגט געווארן דורך ר' ישעי' יעקב צו דעם רבי'ן, זינט כ'קען ר' ישעי' יעקב'ן אליינס.
ממילא ווען מיין זון האט מיך געפרעגט צי כ'לאז אים פארן מיט אזא בייק, האב איך אים געזאגט אז יא. אבער אויב לאזט מען נישט מצד פונ'ם מוסד, זאל ער עס נישט טון. דרך ארץ פאר די ענטיטי איז א מאסט אויסצולערנען פאר א קינד, צוליב פיעל אנדערע סיבות.
עכנלענ"ד

אקוראט וואס איך האב געזאגט מיין אינגל. און איך ווייס אז איך בין נישט סאכדעס... GMTA


גם אני בחלומי כעין זה.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:34 am

פארנט פון סאטמארער ת''ת אנטווערפן מיט די 2 רעדילדיגע בייק, מיט א ספעציעלן פארקינג פאר די בייקס פאר די אינגלעך און בחורים און איינגעשטעלטע



https://www.google.com/maps/uv?hl=en&pb ... rState=ga#
צוגעלייגטע
20190903_114145.jpg
20190903_114145.jpg (461.1 KiB) געזעהן 295 מאל

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:48 am

כא כא כא האט געשריבן:די מנהלים זענען געגאנגען פרעגן די רבנים פון די מוסדות צי מ'זאל ווייטער אנהאלטן דעם קאמפ און די ענטפער איז געווען א יא, ממילא אפי' איך פארשטיי טאקע אויך נישט פארוואס וועל איך פאלגן אונזער דעת תורה

איך וואלט געוואלט וויסן ווער.

יישר כח


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Newegg און 6 געסט