בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 3:02 pm
דורך lebediger berel
ערלעדיגט, כ'האב פשוט געפרעגט ווייל ס'איז א געוואלדיגער חידוש בהלכה, און אזא זאך וואלט איך געוואלט נאכקוקן, אויבנאויף איז שווער צו פארשטיין וואס טוט זיך דעמאלט מיט רכיבה על החמור ?
וואס מ'קען ברענגען צענדליגער מראי מקומות אנגעהויבן מיטן עני ורוכב "על" החמור, ס'דארף פשוט אביסל מער הסבר, ע"כ ווען דו וועסט האבן דעם מ"מ ביטע לאז אונז וויסן
א דאנק.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 3:12 pm
דורך שלמי
דוד משמש האט געשריבן:שלמי האט געשריבן:אפשר קען מיך איינער אויך ענטפערן פארוואס אין וויליאמסבורג (אדער בארא פארק) האט מען נאכנישט פארקויפט קיין איין 'מיצאבישי' קאר? עס האט דעם זעלבן ענטפער, קיינער האט נישט קיין אייגענע דעה! יענער האט אן עקארד/קעמרי, האב איך אויך.
עס איז אן אלט פארווייטאגטע פרשה, אבער אדרבה, זאל מיר איינער אויפברענגען א נארמאלע סברה פארוואס א יונגערמאן זאל נישט מעגן פארן מיט א בייק אין וויליאמסבורג.
איי איי רבי שלמי טייערער.. מכותלי הערתך ניכר אז עס פעלט דיר נאך אביסעל עקספיריענס און לעבען..
עס וועט קומען מיט דערצייט - (אפילו אומגעוואלט..) - ווען די וועסט ווערן דרייסיג- וועסטו פארשטיין וואס איך זאג דיר דא...
סתם ולא פירש... גיי שלאג דיך מיט אים...
איך האב געמאכט סענס ביים רעדן, אז דו ווילסט מיך אפווענדן מוזט דו אויך טוען אזוי...
זיי מסביר וועלכע פארט פון מיינע ווערטער ווייזן אויף ווייניג עקפיריענס אין לעבן. אדער - און דאס וואלט געווען נאך אינטערעסאנטער - וועלכע פארט פון דיינע ווערטער ווייזן אויף אסאך עקפיריענס...
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 3:13 pm
דורך farshlufen
הרב ר' בערל, דער חזון איש רעדט נישט פון פארן אויף א בייק, נאר פון סאך גרינגער ווי דעם, און ער איז מחמיר.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 3:14 pm
דורך bailout
אפשר מיינט הרב פארשלאפן די גמ' אין מס' נדה רוכבי גמלים כולם רשעים גענוג א שטארקע סיבה?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=28
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 3:18 pm
דורך lebediger berel
נו, פארדעם וויל איך טאקע נאכקוקן דעם חזון איש במקורו צו פארשטיין,
הרב בעילאוט, דאס איז א סוגיא בפני עצמו, ועפ"י רוב אינו נוגע לכאן וע"יש ודו"ק.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 11:16 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
ווי איך הער פארן שוין היינט מער יונגעלייט אין בארא פארק מיט א בייק. (וומב וויס איך נישט).
ספארשטטיט יעדער אז אין בפ וועט זיך עס גרינגער איינגעבן ווי אין ירושלים דאמעריקא..
ווען איך טראכט דערפון ווער איך אנגעפילט מיט רחמנות אויפן יונגערמאן וואס וואונט אויף צענטע עוו קארנער 43 וואס כאפט די ניין אזייגער מנין נעבן זיין הויז. לויפט ארויס ביים "יום" לאזט זיך ארויס אויפן וועג אנצוקומען צו ספינקא כולל ביי 56 און 16, נאכן וואקן שנעל פאר 22 מינוט קומט ער אן פארסאפעט, און קען זיך נישט כאפן די אטעם. ב"ה סאיז אים נאר אראפ 5 דאלאר פון די שמירת הזמנים.
ארום 11 אזייגער גייט ער שוין קענען לערנען נארמאל.
געוואלד. כולל יונגעלייט טוט צו די זאך. נעמט א בייק ביז 5 מינוט ביזטו דארט נישט אויסגעמוטשעט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 4:32 pm
דורך קראצער
וואס פאלטיר ביי אז איך גיי דעמאלטס אין כולל?
אגב א בייק מיטשעט אויך אויס. נישט אזוי סאך אבער אביסל
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 12:52 pm
דורך 1x1
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 12:21 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
קראצער האט געשריבן:אגב א בייק מיטשעט אויך אויס. נישט אזוי סאך אבער אביסל
יעצט גרעדט מיט א בייק דרייוער. טעהנעט אז נאכן פארן 2 וואכן מיט א בייק פילט מען שוין גארנישט קיין אויסמיטשעניש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 1:48 pm
דורך באנקיר
א חשוב'ע אינגערמאן אין וויליאמסבורג א יודע ספר, האט פאר עטליכע יאר צוריק גענומען אויף זיך אן אויפגאבע, צו פרעגן יעדן רב און דיין וואס ער באגעגענט, איבער זייער מיינונג וועגן פארן מיט ביציקלעך, און ער האט מיר אויסגערעכענט אין די רייע, וואס יעדע רב האט געענטפערט.
ער האט מסביר געווען פאר די רבנים די ביז יעצטיגע פראבלעם, אז אינגעלייט וואס הייבן אן צו ארבעטן נאר אביסל ווייט, ווי למשל אין נעיווי יארד, קויפן זיי שוין א קאר, און עס שלעפט זיי אריין אין אומאויפהערנדע הוצאות און ביטול זמן, ווי זוכן פארקינג, פארקינג טיקעטס, אינשורענס, מעקעניקס וכו' וכו'.
כ'בין מסופק צו מען מעג שרייבן זייערע תירוצים אן זייער רשות, אבער קיינער האט נישט געענטפערט אז ער וועט זיין דערקעגן, איינע פון די מער פרומערע דיינים האט געענטפערט, אז קודם זאל ער פרעגן "משה מנהל" (מ.פ.) ווייל ער געדענקט אז ער איז זייער שארף דערקעגן ביי קינדער, זאל ער עם פרעגן וואס די פראבלעם איז.
אויך האט ער אנגעהויבן צוזאם צונעמען חתימות פון מענטשן וואס זענען גרייט אנצוהייבן פארן ווען עס וועט זיין א מספר מסוים פון פארערס, מ'האט געדארפט צושרייבן נאך וויפיל פארערס מען איז גרייט אנצוהייבן, ווייל ער אליינס איז שוין גרייט, אבער זיין בעלעבאס(טע) לאזט אים נישט ביז עס איז דא אויפ'ן ראוד 100 בעלי עגלות.
---
מיינע צוויי סענטס: די עצם פאקט אבער, אז ס'איז שוין אריבער א שיינע פאר יאר, און טייל רבנים וואס ער האט אנגעפרעגט זענען שוין אפילו בעלמא דקשוט, ואין בייקס עוברים ושבים אין וויליאמסבורג, זאגט אז עס איז א שווערע בארג דורכצוברעכן, ובפרט וואס געוויסע זאכן זענען שוין אין די פאר יאר ליידער/ב"ה יא דורך געבראכן געווארן.
אן אויסנאם אויף בעדפארד עוו. ביי די דרום גרעניץ פון וויליאמסבורג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 2:05 pm
דורך צום זאך
פארוואס פרעגסטע מיך נישט קיין רשות פאר דו לייגסט ארויף דעם בילד?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 2:16 pm
דורך באנקיר
כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביסט עס, יעצט וועל איך דיר שוין דערקענען, מיט'ן וועסט און ציצית פונדרויסן...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:10 am
דורך שלעפשיץ
באנקיר האט געשריבן: מ'האט געדארפט צושרייבן נאך וויפיל פארערס מען איז גרייט אנצוהייבן, ווייל ער אליינס איז שוין גרייט, אבער זיין בעלעבאס(טע) לאזט אים נישט ביז עס איז דא אויפ'ן ראוד 100 בעלי עגלות.
---
מיינע צוויי סענטס: די עצם פאקט אבער, אז ס'איז שוין אריבער א שיינע פאר יאר, און טייל רבנים וואס ער האט אנגעפרעגט זענען שוין אפילו בעלמא דקשוט, ואין בייקס עוברים ושבים אין וויליאמסבורג, זאגט אז עס איז א שווערע בארג דורכצוברעכן, ובפרט וואס געוויסע זאכן זענען שוין אין די פאר יאר ליידער/ב"ה יא דורך געבראכן געווארן.
ערשטענס מיינע צוויי סענטס קומען יעצט צו פליען (גיב אבאכט אויף דיין פנים)
1) איך קען דיר כמעט גאראנטירן סע גייט זיין מער ווי 100 חברה וואס גייען עס נוצן - עכ"פ מיין אנקעטע זאגט אזוי.
2) דאס אז סע נישט דורכגעברכן געווארן נאך אזוי לאנג - איז א שטארקע טענה - עס מאכט מיר טראכטן.
3) דאס וואס דו טענה'סט אז רוב מענטשן וועלן נישט פארן, ערשטענס ווייל נישט יעדער קען, צווייטענס רוב זענען פויל זיי גייען נישט האבן נערווען זיך צו לערנען.
4) ליין איבער 1, 2, 3.