וואס איז טאקע שלעכט מיט א טו-ווילער?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:02 pm

ערלעדיגט, כ'האב פשוט געפרעגט ווייל ס'איז א געוואלדיגער חידוש בהלכה, און אזא זאך וואלט איך געוואלט נאכקוקן, אויבנאויף איז שווער צו פארשטיין וואס טוט זיך דעמאלט מיט רכיבה על החמור ?
וואס מ'קען ברענגען צענדליגער מראי מקומות אנגעהויבן מיטן עני ורוכב "על" החמור, ס'דארף פשוט אביסל מער הסבר, ע"כ ווען דו וועסט האבן דעם מ"מ ביטע לאז אונז וויסן
א דאנק.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:12 pm

דוד משמש האט געשריבן:
שלמי האט געשריבן:אפשר קען מיך איינער אויך ענטפערן פארוואס אין וויליאמסבורג (אדער בארא פארק) האט מען נאכנישט פארקויפט קיין איין 'מיצאבישי' קאר? עס האט דעם זעלבן ענטפער, קיינער האט נישט קיין אייגענע דעה! יענער האט אן עקארד/קעמרי, האב איך אויך.

עס איז אן אלט פארווייטאגטע פרשה, אבער אדרבה, זאל מיר איינער אויפברענגען א נארמאלע סברה פארוואס א יונגערמאן זאל נישט מעגן פארן מיט א בייק אין וויליאמסבורג.


איי איי רבי שלמי טייערער.. מכותלי הערתך ניכר אז עס פעלט דיר נאך אביסעל עקספיריענס און לעבען..
עס וועט קומען מיט דערצייט - (אפילו אומגעוואלט..) - ווען די וועסט ווערן דרייסיג- וועסטו פארשטיין וואס איך זאג דיר דא...


סתם ולא פירש... גיי שלאג דיך מיט אים...
איך האב געמאכט סענס ביים רעדן, אז דו ווילסט מיך אפווענדן מוזט דו אויך טוען אזוי...
זיי מסביר וועלכע פארט פון מיינע ווערטער ווייזן אויף ווייניג עקפיריענס אין לעבן. אדער - און דאס וואלט געווען נאך אינטערעסאנטער - וועלכע פארט פון דיינע ווערטער ווייזן אויף אסאך עקפיריענס...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21750
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:13 pm

הרב ר' בערל, דער חזון איש רעדט נישט פון פארן אויף א בייק, נאר פון סאך גרינגער ווי דעם, און ער איז מחמיר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:14 pm

אפשר מיינט הרב פארשלאפן די גמ' אין מס' נדה רוכבי גמלים כולם רשעים גענוג א שטארקע סיבה?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=28

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:18 pm

נו, פארדעם וויל איך טאקע נאכקוקן דעם חזון איש במקורו צו פארשטיין,
הרב בעילאוט, דאס איז א סוגיא בפני עצמו, ועפ"י רוב אינו נוגע לכאן וע"יש ודו"ק.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » מאנטאג מארטש 15, 2010 12:16 pm

ווי איך הער פארן שוין היינט מער יונגעלייט אין בארא פארק מיט א בייק. (וומב וויס איך נישט).

ספארשטטיט יעדער אז אין בפ וועט זיך עס גרינגער איינגעבן ווי אין ירושלים דאמעריקא..

ווען איך טראכט דערפון ווער איך אנגעפילט מיט רחמנות אויפן יונגערמאן וואס וואונט אויף צענטע עוו קארנער 43 וואס כאפט די ניין אזייגער מנין נעבן זיין הויז. לויפט ארויס ביים "יום" לאזט זיך ארויס אויפן וועג אנצוקומען צו ספינקא כולל ביי 56 און 16, נאכן וואקן שנעל פאר 22 מינוט קומט ער אן פארסאפעט, און קען זיך נישט כאפן די אטעם. ב"ה סאיז אים נאר אראפ 5 דאלאר פון די שמירת הזמנים.
ארום 11 אזייגער גייט ער שוין קענען לערנען נארמאל.

געוואלד. כולל יונגעלייט טוט צו די זאך. נעמט א בייק ביז 5 מינוט ביזטו דארט נישט אויסגעמוטשעט.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » מאנטאג מארטש 15, 2010 5:32 pm

וואס פאלטיר ביי אז איך גיי דעמאלטס אין כולל?
אגב א בייק מיטשעט אויך אויס. נישט אזוי סאך אבער אביסל
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג מארטש 16, 2010 1:52 pm

http://www.teoria.com/ Music Theory

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 1:21 pm

קראצער האט געשריבן:אגב א בייק מיטשעט אויך אויס. נישט אזוי סאך אבער אביסל


יעצט גרעדט מיט א בייק דרייוער. טעהנעט אז נאכן פארן 2 וואכן מיט א בייק פילט מען שוין גארנישט קיין אויסמיטשעניש
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 2:48 pm

א חשוב'ע אינגערמאן אין וויליאמסבורג א יודע ספר, האט פאר עטליכע יאר צוריק גענומען אויף זיך אן אויפגאבע, צו פרעגן יעדן רב און דיין וואס ער באגעגענט, איבער זייער מיינונג וועגן פארן מיט ביציקלעך, און ער האט מיר אויסגערעכענט אין די רייע, וואס יעדע רב האט געענטפערט.
ער האט מסביר געווען פאר די רבנים די ביז יעצטיגע פראבלעם, אז אינגעלייט וואס הייבן אן צו ארבעטן נאר אביסל ווייט, ווי למשל אין נעיווי יארד, קויפן זיי שוין א קאר, און עס שלעפט זיי אריין אין אומאויפהערנדע הוצאות און ביטול זמן, ווי זוכן פארקינג, פארקינג טיקעטס, אינשורענס, מעקעניקס וכו' וכו'.
כ'בין מסופק צו מען מעג שרייבן זייערע תירוצים אן זייער רשות, אבער קיינער האט נישט געענטפערט אז ער וועט זיין דערקעגן, איינע פון די מער פרומערע דיינים האט געענטפערט, אז קודם זאל ער פרעגן "משה מנהל" (מ.פ.) ווייל ער געדענקט אז ער איז זייער שארף דערקעגן ביי קינדער, זאל ער עם פרעגן וואס די פראבלעם איז.
אויך האט ער אנגעהויבן צוזאם צונעמען חתימות פון מענטשן וואס זענען גרייט אנצוהייבן פארן ווען עס וועט זיין א מספר מסוים פון פארערס, מ'האט געדארפט צושרייבן נאך וויפיל פארערס מען איז גרייט אנצוהייבן, ווייל ער אליינס איז שוין גרייט, אבער זיין בעלעבאס(טע) לאזט אים נישט ביז עס איז דא אויפ'ן ראוד 100 בעלי עגלות.
---
מיינע צוויי סענטס: די עצם פאקט אבער, אז ס'איז שוין אריבער א שיינע פאר יאר, און טייל רבנים וואס ער האט אנגעפרעגט זענען שוין אפילו בעלמא דקשוט, ואין בייקס עוברים ושבים אין וויליאמסבורג, זאגט אז עס איז א שווערע בארג דורכצוברעכן, ובפרט וואס געוויסע זאכן זענען שוין אין די פאר יאר ליידער/ב"ה יא דורך געבראכן געווארן.

אן אויסנאם אויף בעדפארד עוו. ביי די דרום גרעניץ פון וויליאמסבורג.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:05 pm

פארוואס פרעגסטע מיך נישט קיין רשות פאר דו לייגסט ארויף דעם בילד?

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:16 pm

כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביסט עס, יעצט וועל איך דיר שוין דערקענען, מיט'ן וועסט און ציצית פונדרויסן...

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דינסטאג מאי 01, 2012 1:10 am

באנקיר האט געשריבן: מ'האט געדארפט צושרייבן נאך וויפיל פארערס מען איז גרייט אנצוהייבן, ווייל ער אליינס איז שוין גרייט, אבער זיין בעלעבאס(טע) לאזט אים נישט ביז עס איז דא אויפ'ן ראוד 100 בעלי עגלות.
---
מיינע צוויי סענטס: די עצם פאקט אבער, אז ס'איז שוין אריבער א שיינע פאר יאר, און טייל רבנים וואס ער האט אנגעפרעגט זענען שוין אפילו בעלמא דקשוט, ואין בייקס עוברים ושבים אין וויליאמסבורג, זאגט אז עס איז א שווערע בארג דורכצוברעכן, ובפרט וואס געוויסע זאכן זענען שוין אין די פאר יאר ליידער/ב"ה יא דורך געבראכן געווארן.


ערשטענס מיינע צוויי סענטס קומען יעצט צו פליען (גיב אבאכט אויף דיין פנים)
1) איך קען דיר כמעט גאראנטירן סע גייט זיין מער ווי 100 חברה וואס גייען עס נוצן - עכ"פ מיין אנקעטע זאגט אזוי.
2) דאס אז סע נישט דורכגעברכן געווארן נאך אזוי לאנג - איז א שטארקע טענה - עס מאכט מיר טראכטן.
3) דאס וואס דו טענה'סט אז רוב מענטשן וועלן נישט פארן, ערשטענס ווייל נישט יעדער קען, צווייטענס רוב זענען פויל זיי גייען נישט האבן נערווען זיך צו לערנען.
4) ליין איבער 1, 2, 3.
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21750
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 28, 2016 9:15 am

ראולער סקעיטס.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

תמימות
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:53 pm

תגובהדורך תמימות » דינסטאג יוני 28, 2016 10:07 am

אמאל געהערט א דרשה פון ר' משה מנהל פר"מ, אז ער איז דער מחבר פונם נאמען שייגעץ בייק, ווייל די קינדער פון אסאך גאסען אינאיינעם האבן זיך געשפילט און זאכן זענען ארויס פון קאנטראל. אויך די גויאישע קינדער האבן מיטגעשפילט, און נאך מכשולות, וועגן דעם האבן זיי עס געאסר'ט. און היות ער האלט אז מיט מאכן א נאמען טוט מען מער אויף ווי סתם מיט א איסור, וועגן דעם האט ער קורא שם געווען בישראל שייגעץ בייק.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג יוני 28, 2016 2:51 pm

תמימות האט געשריבן:אמאל געהערט א דרשה פון ר' משה מנהל פר"מ, אז ער איז דער מחבר פונם נאמען שייגעץ בייק, ווייל די קינדער פון אסאך גאסען אינאיינעם האבן זיך געשפילט און זאכן זענען ארויס פון קאנטראל. אויך די גויאישע קינדער האבן מיטגעשפילט, און נאך מכשולות, וועגן דעם האבן זיי עס געאסר'ט. און היות ער האלט אז מיט מאכן א נאמען טוט מען מער אויף ווי סתם מיט א איסור, וועגן דעם האט ער קורא שם געווען בישראל שייגעץ בייק.

אויב איז דאס די סיבה, און צוליב דעם האט ער ארויפגעקלעבט דעם נאמען, איז ער א קלוגער און ראפינירטער מנהל, און איז ווערד ווייטער צו בלייבן פאר לאנגע יארן.
היינט איז זיכער אז די וואס דרייען זיך מיט דעם זענען נישט די וואס האבן הכנעה פאר מלמדים און מחנכים, צי עס וואלט געווען אנדערש ווען א יעדער וואלט עס געמעגט האבן זיכער יא, אבער נאך אלץ קען זיין אז עס וואלט געווען ערגער ווי היינט
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג יוני 28, 2016 3:18 pm

תמימות האט געשריבן:אמאל געהערט א דרשה פון ר' משה מנהל פר"מ, אז ער איז דער מחבר פונם נאמען שייגעץ בייק, ווייל די קינדער פון אסאך גאסען אינאיינעם האבן זיך געשפילט און זאכן זענען ארויס פון קאנטראל. אויך די גויאישע קינדער האבן מיטגעשפילט, און נאך מכשולות, וועגן דעם האבן זיי עס געאסר'ט. און היות ער האלט אז מיט מאכן א נאמען טוט מען מער אויף ווי סתם מיט א איסור, וועגן דעם האט ער קורא שם געווען בישראל שייגעץ בייק.

טראמפ סטייל. (לייען טעד וכו').

ווער האט געחלומ'ט אז טראמפ עט אין דעם אשכול אויך אנקומען :roll:

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג יוני 28, 2016 6:43 pm

און ווער איז דער ענדפינדער פון די צונאמען אויפן פרעסס טראק ז"ל?
די שאלה איז וויאזוי עס האט זיך אים איינגעגעבן אז עס דער עולם זאל טאקע אנעמען דעם נאמען, איך וואלט אים דארט געגעבן קרעדיט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

בייק ! (טווילער) וואס איז די פראבלעם ?

תגובהדורך eller » מאנטאג יולי 24, 2017 6:28 pm

איך שטיי איך וואונדער מיר שוין לאנג וואס איז די איסור וואס מ'פארקויפט אין נאמען פונעם רבין אז ס'איז אסור צו פארן מיט איז ?
האט עס צו טוען מיט חוקת הגוי ? און בכלל אין לאנדאן אנטווערפן און אין נאך פלעצער איז עס א נערמאלע זאך ווי יעדער ניצט דאס פארוואס זאל מען דא עס נישט מעגן ניצן.
באמת איז דאס זייער א גיטע. געזונטע. און ביליגע זאך. כ'וואק אסאך מאל דורך די סיטי בייק'ס אין כ'באוויין פארוואס אידן קענען זיך נישט מחי'ה זיין מיט עס.
(אגב און מיין ביה"מ איז דא א שיינע גרופ וואס זענען מעמבער'ס דארט און יעדע פאר טעג כאפט מען א שטיקל רייט אויפן בעיק פאר געזונטענהייט (שטייטצעך נישט אויף לי....)
אפשר קען איינער אריינקומען און אויסקלארען אביסל די נושא.
לעצט פאראכטן דורך eller אום מאנטאג יולי 24, 2017 6:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » מאנטאג יולי 24, 2017 6:36 pm

די איסור איז באשאפען געווארען נאכען רבי׳נס הסתלקות, ווי האסטו דעס געהערט בשמו?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג יולי 24, 2017 6:40 pm

טיפיקעל האט געשריבן:די איסור איז באשאפען געווארען נאכען רבי׳נס הסתלקות, ווי האסטו דעס געהערט בשמו?

לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא דאכט זיך מען זאגט עס נאך פון ר'ישעי יעקב שטויבער פון קר"י.
איך וויל באמת וויסן וואס איז די פראבלעם דערמיט .
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג יולי 24, 2017 6:47 pm

איך קען פרובירן צו ענטפערן.
נאר פאר אלעם וויל איך וויסן אז אויב ווייז איך דיר אויף אז ס'איז יא פון רבי'ן, גייסטו טוישן ניגון, אדער גייסט ווייטער רעדן בזלזול. מ'פארקויפט..

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3142
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 24, 2017 6:51 pm

דאס קומט פון ר' שייע יאנקל ווען ער איז געווען מנהל כללי אין קרית יואל. דער רבי האט קיינמאל נישט געלאזט רופן דאס אסר'ן. מען האט נאר געזאגט "דאן" פאר'ן רבי'ן אז מען קען אוועקפארען ווייט אן מען זאל וויסען וואו.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » מאנטאג יולי 24, 2017 6:55 pm

אדרבה, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן וויאזוי דער שמועס איז ציגעגאנגען און ווער נאך איז דארט געווען און אויב על פי שניים עדים יקום דבר דאן קען דאס אליין זיין א סיבה

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3142
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 24, 2017 6:58 pm

העמיר צולייגן נאך א קלייניקייט איבער דעם. אז טאקע אין "בני יואל" האט מען אויפגעהערט דאס אינפארסירן!
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט