הילף און עצות איבער מופן!

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

געטראנק

הילף און עצות איבער מופן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראנק »

איך זיך א גוטע פארלעסליכע היימישע ביליגע מאווינג קאמפאני, וועם וואלט דער עולם רעקאמאנדעט צו נוצן?
געטראנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראנק »

רעדענדיג פריער צו א ידיד מיינער, האט ער מיר פארגעשלאגן צו נוצן 'אינדיג' (רז"ל'ס זון)... עמעצער האט אפשר זיין נומער?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15468
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך ווייס נישט אויב ער טוט בכלל ביזנעס אין לאנדאן, געב אים א פרעג.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

איך האב גענוצט א יאר צוריק בי.פי. מאווינג, איך בין געווען זייער זייער צופרידן פון אים. אן היימישער יונגערמאן, ער הייסט פישמאן. זיין נומ' איז 718-436-9857 ער האט געבעטן ביליג, און זיינע גוים זענען זייער רוהיגע, און נישט געמאכט קיין שום שאדן ב"ה.

איך האב גענומען דערנאך וואס איך האב געהערט פון מיין חבר זייער גוטע עקספריענס מיט אים.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

רובינשטיין מובינג איז שוין 30 יאר אין די ליין, 718-852-3636
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פוילישער האט געשריבן:איך האב גענוצט א יאר צוריק בי.פי. מאווינג, איך בין געווען זייער זייער צופרידן פון אים. אן היימישער יונגערמאן, ער הייסט פישמאן. זיין נומ' איז 718-436-9857 ער האט געבעטן ביליג, און זיינע גוים זענען זייער רוהיגע, און נישט געמאכט קיין שום שאדן ב"ה.

איך האב גענומען דערנאך וואס איך האב געהערט פון מיין חבר זייער גוטע עקספריענס מיט אים.

מיט 2 יאר צוריק האב איך אויך גענוצט ב.פ., זייער צופרידן געווען (איך האלט אבער אז איך האב איבערגעצאלט מיטן טיפ, מען דארף זיך האלטן פעסטער קעגן דעם פורמאן וואס דרייט א קאפ).
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אויך גענוצט פאר עטליכע יאר צוריק ב.פ. 2 מאהל ווי אויך גענוצט זייער סטארעדזש פאר עטליכע חדשים, און געווען זייער צופרידן
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

פאר דו מופסט נעם אין קאפ אז ס'איז דא אסאך זאכן וואס מאכט פיל גרינגער דאס מופן,

איינס דערפון איז צו קויפן אזא ראל סערען רעפ, די דינע פלעסטיק וואס ווערט ארום געדרייט ארום א סקיט ודומה,
דאס קויפט מען אין סיי וועלכע לאמבער, אזוי פאקט מען ספרים, לעדלעך ועוד,
מ'דרייט ארום דעם ראל ארום דעם געפאקעכטס און ס'קלעבט זיך צוזאם און ס'איז א מחי',
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
געטראנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראנק »

געוואלדיגע יישר כח פאר אלע!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

עצות צום מאפן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אזוי איך גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג/וואך זיך אריבערצוציען צו א נייע דירה בשעה טובה ומוצלחת, וואלט איך געוואלט הערן אויב איינע פון די חברים דאהי האבן עפעס פראקטישע עצות און סגולות וואס איז גוט צו וויסן ביים מופן. (איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געמופט, כ'מיין צוזאגן אויך נישט אלס קינד...)

איך וועל אנהייבן מיט א פראגע. איך האב געהערט פון עטליכע אידן אז מען איז זיך נוהג אריינצומופען אויף שבת קודש, וואלט איך געוואלט וויסן וואו די מקור דערפון איז?

אזוי ווי מיין דירה ווערט פארטיג אויף אנהויב וואך, האט מיר איינער געגעבן די עצה אז מען לייגט אריין פאר שבת עטליכע עסנווארג אין די דירה, און עס ווערט גערעכנט ווי מען האט זיך דאן אריינגעצויגן, און דערנאך קען מען שוין מופן אינמיטן די וואך. מיר קוקט דאס אויס אביסל מאדנע, וועמען נארט מען דא אויס, אויב איז א סגולה אדער א גוטער יסמן צו מופן לכבוד שבת, צו וואס העלפט אריינלייגן די זאכן.
אויב איינער האט מער אינפארמאציע דערוועגן זאל ביטע מעלדן.
און ווי געזאגט ווארט איך צו הערן פראקטישע עצות און אנוויזונגען פון אידן וואס זענען שוין אדורך דעם מצב.
יישר כח.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וועגן מופן ער"ש פרעג דיין דיין.

צוויי פראקטישע עצות וואס איך געדענק יעצט אויף די מינוט.

1. ספרים בינד נישט און קיין בענדליך. ס'צופאלט און ס'איז זייער שווער. לייג עס אריין און saran wrap דאס וועט עס האלטן גוט צוזאמגענומען.

2. נעם א צעטיל און לייג ארויף נאמבערס למשל לייג נאמבער איינס, קאך.
נאמבער צוויי, קינדער שטוב.
נאמבער דריי, טוילעט.
נאמבער פיר, דיינונג רום.
אא"וו.

יעצט הענג אויף די צעטיל ביי די נייע דירה ביי די טיר אז די מאווערס זאלן עס קענען זעהן,
יעצט און דיין הויז לייג אויף יעדע זאך א נאמבער. למשל אויף די ספרים שראנק לייג נאמבער פיר, אויף די קינדער בעטן לייג נומבער צוויי. אא"וו.
וואס מ'פארדינט איז אז די מאווערס טראסקענען נישט אלעס אראפ ביים אריין קומען, נאר זיי טראגן עס וואו ס'באלאנגט.

דאס איז וואס איך געדענק פאר יעצט.
אויב וועל איך זיך דערמאנען עפעס וועל איך צוריק קומען אי"ה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך ווייס נישט דעם פונקטליכן מקור, אבער ביי אונז פירט מען זיך טאקע אריינצוטראגן פרייטאג א שטיקל ברויט און אביסל זאלץ, און דאס ווערט גערעכנט ווי מען וואוינט שוין דארט (א בחינה פון עירובי תחומין).

געלעגער זאגט גאר גוט וועגן די צעטלעך. מיר האבן געמאכט פארביגע צעטלעך, צב"ש א פינקע צעטל ארויפגעשריבן דערויף "מיידל שטוב", א בלויע צעטל ארויפגעשריבן דערויף "אינגל שטוב" (אלעס אויף ענגליש, כאילו די גוים קענען א שפראך אויסער רוסיש).

שמועס אפ פון פאראויס מיטן מואווינג טראק אויפזעהר וויפיל דו גייסט באצאלן "אריינגערעכנט טיפס". עד היום פארשטיי איך נישט פון וואנעט זיי נעמען די חוצפה צו קומען פרעשורן אין די לעצטע מינוט פאר נאך אפאר מאות לשם "טיפ"! (איך ווייס נישט אויב אלע זענען אזוי, די פירמע וואס איך האב גענוצט איז געווען פיין און וואויל, ביז די טיפ)

וועגן קביעת מזוזות. שמועס אפ מיט א דיין ווען ער האט צייט אראפצוקומען אין די דירה און אנצייגן פונקטליך וועלכע טיהר איז מחויב מדאורייתא, מדרבנן, ספק, לחומרא, און לויט דעם לייג די מזוזות (איך האב 2 סארטן מזוזות, ביי די טירן וואס זענען מער מחויב האב איך געלייגט טייערערע). די ברכה מאכט מען אויף א טיר וואס איז זיכער מחויב מדאורייתא (מען איז נישט מכבד קיינעם מיט די ברכה! מצוה בו יותר).

{איך האף אז דו ציהסט דיך נישט אוועק פון מיר.. צו א קורצע צייט זינט די ערשטע באגעגעניש אונזערע}
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

אסאך מענטשן מאכן דעם טעות, אז ביי א דירה קען מען ווארטן דרייסיג טאג צו לייגן א מזוזה.

עס איז נאר ביי א דירה פאר רענט.

אן אייגן-געקויפטע דירה איז מחויב מן התורה מיט מזוזה באלד ביים אריינגיין.

איך האב נישט געוואוסט דערפון ביז יענעם טאג אליינס, און ביינאכט געלאפן קויפן איבער א טוץ מזוזות ביי א חשובן סופר.

די מערסטע מחויב מן התורה זענען די שלאף צימערן.

אמאל קען זיך דוכטן אז די הויפט טיר פון הויז איז די מערסטע כבוד, אבער עס קען זיין א קליינע צימערל, האל'עכל, וואס איז נאר ווי א פארצימער און איז נישט אזוי מחויב ווי א שלאף צימער.

אויך, נישט פארגעסן, לאזן אמה על אמה הוילע שיטראק, עס איז א זעלטענע מנהג מקיים צו זיין, אויב מען האט ב"ה א געקויפטע דירה, נעמט עס נישט פאר גרינג.


-
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

געלעגער האט געשריבן:וועגן מופן ער"ש פרעג דיין דיין.

עס איז דא א שאלה צי מען מעג מאפן פרייטאג?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קרעמער האט געשריבן:{איך האף אז דו ציהסט דיך נישט אוועק פון מיר.. צו א קורצע צייט זינט די ערשטע באגעגעניש אונזערע}

האב נישט מורא איך בלייב דא, איך מוף נענטער צום ביהמ"ד...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יוםטובערליך האט געשריבן:אויך, נישט פארגעסן, לאזן אמה על אמה הוילע שיטראק, עס איז א זעלטענע מנהג מקיים צו זיין, אויב מען האט ב"ה א געקויפטע דירה, נעמט עס נישט פאר גרינג.

זיך יעצט געכאפט דערוועגן. די מעשה איז אז אלעס איז שוין אפגעפארבט, איז פאראן אן עצה דערצו? מען מוז אפקראצן די פעינט?
אמאל האב איך באמערקט אין א הויז, קאנטאקט פעיפער געמאלן דערויף ציגעל, קען מען יוצא זיין מיט דעם אדער עס איז בלויז לצנות?

א גרויסן יישר כח קרעמער, גלעגער, יו"ט ערליך פאר די עצות!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אויפריכטיג האט געשריבן:
יוםטובערליך האט געשריבן:אויך, נישט פארגעסן, לאזן אמה על אמה הוילע שיטראק, עס איז א זעלטענע מנהג מקיים צו זיין, אויב מען האט ב"ה א געקויפטע דירה, נעמט עס נישט פאר גרינג.

זיך יעצט געכאפט דערוועגן. די מעשה איז אז אלעס איז שוין אפגעפארבט, איז פאראן אן עצה דערצו? מען מוז אפקראצן די פעינט?
אמאל האב איך באמערקט אין א הויז, קאנטאקט פעיפער געמאלן דערויף ציגעל, קען מען יוצא זיין מיט דעם אדער עס איז בלויז לצנות?

א גרויסן יישר כח קרעמער, גלעגער, יו"ט ערליך פאר די עצות!


ס'איז אנגענומען אין די וועלט אז מען דארף נאר איבערלאזן, אויב סאיז שוין געפעינט דארף מען נישט אראפקראצן. פוק חזי מאי עמא דבר.

די געמאלענע ציגן וכדומה, איז דא וואס מאכן דאס זייער אוועק, אבער אנדערע צייכענען יא צו עפעס מקורות. (דאכט זיך דער באר משה האט א לענגערע שמועס דערוועגן).

סאיז דא א ספר כדענק ניש וויזוי סהייסט (תורת הבית אפשר?, ארויסגעקומען בערך 5-6 יאר צוריק), זייער שיין אויסגעשטעלט אלע ענינים וואס איז נוגע ווען מ'ציט זיך אריין צו א נייע דירה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך אמאל געזען און א שיינע דירה א הערליכע בילד פון מיגל מיט א שפיגל אינדערמיט, און די בה"ב האט זיך נאך אויפגעטיען אז ער האט געלייגט א זכר לחורבן
(ליידער נישטא ווער זאל לאכען)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

נישט באמערקט אז עס איז שוין דא דערויף א געהענגל.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

קרעמער האט געשריבן:שמועס אפ פון פאראויס מיטן מואווינג טראק אויפזעהר וויפיל דו גייסט באצאלן "אריינגערעכנט טיפס". עד היום פארשטיי איך נישט פון וואנעט זיי נעמען די חוצפה צו קומען פרעשורן אין די לעצטע מינוט פאר נאך אפאר מאות לשם "טיפ"! (איך ווייס נישט אויב אלע זענען אזוי, די פירמע וואס איך האב גענוצט איז געווען פיין און וואויל, ביז די טיפ)

דאס מיינסטו?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

די ערשטע זאך וואס מען דארף אריינמופן איז די קאך.

א איד מופט אריין אין די דירה, די ערשטע פאר טעג איז אלעס צופלויגן און עס טוט זיך אן איבערקערעניש. צומאל זוכט מען א גלעזל צו נעמען א טרינק, אדער א טעלער צו עסן אביסל טרויבן דערין, און אז מען טרעפט נישט, אדער אז מען דארף שלעפן פון בוידעם, איז דאס א פיזישע און גייסטישע אומבאקוועמליכקייט.

ווען מיר האבן געמופט אין א מזל'דיגע שעה, האבן מיר געמופט די קאך א טאג פריער, גענומען א טעקסי, און אויסגעפאקט די קאך, די הרחבת הדעת דערפון איז אין לשער. דאס איז שוין אויסער די רואיגקייט אז די קאך כלים האט מער פאטענשל אז עס זאלן זיך נישט צוברעכן בשעת'ן מופן.

זינט דאן האב איך עס שוין געראטן פאר עטליכע חברים און זיי האבן מיר אלע באדאנקט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עס איז פארהאן א ספר חסידים (מזכרון) אז מען זאל נישט וואוינען אויף א פלאץ וואס איז געשטאנען ליידיג 7 יאר נאר אויב מען איז מייחד א צימער צום לערנען.
דעריבער מאכן מענטשן א ספרים שטוב.

אנדערע שיקן אריין א גוי שלאפן דארט בעפארן אריינמופן, עס איז שוין געווען פעלער וואס דער גוי איז נישט אויפגעשטאנען!

תורה מגינה ומצלת.


איינער קען ברענגען א מקור?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

גוט מארגן אידן,

אויך איז דא אן ענין אריינצולייגן אין הויז די ערשטע טאג אפאר זאכן פון עניני קבלה וסגולות, כ'ווייס נישט פונקטליך, ווי מעהל, זאלץ, וואסער, אויל, פארשידענע זאכן. שאל אביך ויגדך, זקינך ויאמרו לך.

איך האב די זאכן אויך געהערט פון א דיין מפורסם.



-
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”