בלאט 1 פון 2
מי יעלה בהר ה'? - 'ברך משה' געגענט אין קרית יואל
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:30 pm
דורך געטראנק
לוינט זיך צו קויפן / דינגען דארט א דירה?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:33 pm
דורך שוועמל
פארוואס נישט?
אבער וואס איז פשט פון די מאדנע קעפל "מי יעלה בהר ה'"?
איז דאס א קאזין מיט קרית מלך רב?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:37 pm
דורך געטראנק
פארוואס נישט? און וואס איז פשט פונעם קעפל?
איין תירוץ פארענטפערט ביידע קשיות!
די בארג ארויפצוקריכן אהין איז שרעקליך. ספעציעל פאר פרויען מיט קערידזשעס [ווער רעדט נאך אין ספעציעלע אומשטענדן].
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:51 pm
דורך שוועמל
איז נישט דא עפעס א שארטקאט אהין.. אויסצוקרויזן דעם בארג?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:57 pm
דורך געטראנק
ס'איז דא סטעפס (וואס בעת שרייבענדיג די שורות איז עס נאך נישט אין באניץ), אבער ארויפצושלעפן זיך די סטעפס מיט א קערידזש איז נישט קיין האניג געלעקעכטץ.
אויסער דעם איז זייער סכנה'דיג אריבערצוקראסן בעקאורטאון ראוד, ספעציעל פאר קינדער, ווי אויך פאר עלטערע נאכדערצו ביינאכט! (מ'מעג דארט אויך מאכן א טראפיק לייט, אזוי ווי ביי פארעסט ראוד).
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 5:22 am
דורך איזאק
אפילו א קאר ארויפצושלעפן אהין איז נישט קיין גרינגע זאך... די געז געידזש גייט ארויף ביז זעקס... און ס'רינט אויס זיבן דאלאר געז... די טעילאר בארג איז ווי א טאל אנטקעגן דעם...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 6:24 am
דורך bailout
אבער באשעפער זיסער די גערוך......וואס וועט זיין מיט דעם?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 7:58 am
דורך לאז געמאכט
וועגן קראסן בעקערטאן האביך געמערקט נעכטן אז זיי האבן געלייגט א אפשטעל-טעוועלע (סטאפ סיין) גראד פאר דינוב.
די טרייבער אין קרית יואל קימערן זיך טאקע נישט צופיל מיט אזא טעוועלע אבער ס'איז אלץ בעסער ווי גארנישט... כאטש סלאויט מען אראפ לכבוד דעם רויטן טאוועל.
גראדע נעכטן האביך געזען א קאר דורך פארן מיט א פשטות א רויטע ליכט טאקע אין ק"י.
זייט'ס וויסן אז ס'איז נישט קיין קינדער שפיל! עס איז א גרויסע סכנה ודי בזה
וועגן וויאונן אין ברך משה, איך האלט אז ס'לוינט! שטייצעך אז מען דארף וויסן מער פרטים, אבער אויב אלעס ארום קלאפט דאן איז 'ברך משה' נישט קיין אפהאלט לדעתי.
ווי נאר ס'וועט זיין געהעריג באוויונט וועט עס ווערן בעסער צוגעשטעלט און אלע זייטיגע פראבלעמן וועלן קעיר גענומען ווערן בעזהשי"ת כנלע"ד נכון
ס'איז גוט צו וויסן אז עצי תמרים איז העכער די וואסער לעוועל ווי ברך משה! ס'מאכט טאקע נישט אויס וועגן ארויף קריכן די בארג אבער אונטערסאנט איזעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 8:40 am
דורך סתם_אזוי
לאזי, מענטשן זענען נישט צוגעוואינט צו סטאפן ביי די רעד לייט. מען פעסט עס נישט סתם פאר שלעכטיגקייט. א חבר מיינער זאגט מיר אז ער איז דורכגעפארן די לייט (ווען עס איז געווען רויט) און א האלבע גאס שפעטער האט ער זיך געכאפט וואס ער האט דא אפגעטון. מען דארף געבן צייט פאר די דרייווערס זיך צו צוגעוואוינען.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 8:44 am
דורך צום זאך
וויפיל צייט ברויכסטו? כ'מיין ס'ליגט שוין דארט א 6/5 יאר..
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 8:48 am
דורך סתם_אזוי
אוי! איך האב געמיינט מען האט גערעדט פון די נייע לייטס. (איך קען זיך נישט אויס דארטן)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:16 am
דורך סאכדעס
שוועמל האט געשריבן:איז נישט דא עפעס א שארטקאט אהין.. אויסצוקרויזן דעם בארג?
איך קלער צו מיר, אפשר פון עיקרס, זאל מען מאכן א וועג אריין אהין. עיקרס איז נישט אזוי שווער ארויפצואוואקן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:17 am
דורך סאכדעס
bailout האט געשריבן:אבער באשעפער זיסער די גערוך......וואס וועט זיין מיט דעם?
פון געהיימע קראנטע מקורות הער איך, אז עס וועט בקרוב ממש מסודר ווערן. נישט ווייל מ'וויל, נאר ווייל מ'מוז. ודי בזה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:35 am
דורך יאסל
סאכדעס האט געשריבן:bailout האט געשריבן:אבער באשעפער זיסער די גערוך......וואס וועט זיין מיט דעם?
פון געהיימע קראנטע מקורות הער איך, אז עס וועט בקרוב ממש מסודר ווערן. נישט ווייל מ'וויל, נאר ווייל מ'מוז. ודי בזה.
להואי ידוע אז אויף ברך משה איז נישט דא קיין גערוך פונעם סוער, דאס פילט מען ענדערש אין די געגענטער פון לייפניק טבריא.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:38 am
דורך מעכיל
יאסל האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:bailout האט געשריבן:אבער באשעפער זיסער די גערוך......וואס וועט זיין מיט דעם?
פון געהיימע קראנטע מקורות הער איך, אז עס וועט בקרוב ממש מסודר ווערן. נישט ווייל מ'וויל, נאר ווייל מ'מוז. ודי בזה.
להואי ידוע אז אויף ברך משה איז נישט דא קיין גערוך פונעם סוער, דאס פילט מען ענדערש אין די געגענטער פון לייפניק טבריא.
אבער פליגן איז דא איבער גענוג
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:08 pm
דורך יהיה כן
רחמנא ליצלן!!! אזוי מיאוס צו רעדן אויפן 'הר ה''................
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:16 pm
דורך אלף בית
לגבי דעם בארג וועט גאנץ בקרוב נישט זיין פראבלעם, ווייל לויטן פלאן גייט מען עפענען פראנקפורט וועי (אויבן די בארג) צו עיקערס ראוד, וואס איז אייניג הויעך.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:53 pm
דורך מאשקע
דא איז זייער פאסיג ארויפצולייגן א בילד פון א סטיקער וואס האט זיך לעצטנס ארומגעדרייט...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:58 pm
דורך שמערי בערי
חחחכ'תי
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:27 pm
דורך ששון
סתם_אזוי האט געשריבן:לאזי, מענטשן זענען נישט צוגעוואינט צו סטאפן ביי די רעד לייט. מען פעסט עס נישט סתם פאר שלעכטיגקייט. א חבר מיינער זאגט מיר אז ער איז דורכגעפארן די לייט (ווען עס איז געווען רויט) און א האלבע גאס שפעטער האט ער זיך געכאפט וואס ער האט דא אפגעטון. מען דארף געבן צייט פאר די דרייווערס זיך צו צוגעוואוינען.
ווילאנג מען שטעלט זיך נישט אפ ביי רויט ברויך מען סטאפן ביי גרין ווייל איינער קען דורכשמייסן די רויטע לייט..
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 1:31 pm
דורך farshlufen
מאשקע האט געשריבן:This car has cilmbed mount Beirach Moishe!
קענסט מיר עס פארשאפן מיין קלאנקער איז שוין עלידזשיבל דערפאר.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:21 pm
דורך לאז געמאכט
סתם_אזוי האט געשריבן:לאזי, מענטשן זענען נישט צוגעוואינט צו סטאפן ביי די רעד לייט. מען פעסט עס נישט סתם פאר שלעכטיגקייט. א חבר מיינער זאגט מיר אז ער איז דורכגעפארן די לייט (ווען עס איז געווען רויט) און א האלבע גאס שפעטער האט ער זיך געכאפט וואס ער האט דא אפגעטון. מען דארף געבן צייט פאר די דרייווערס זיך צו צוגעוואוינען.
אה ס'ארבעט שוין די לייט'ס ביי פארעסט און עקער'ס?
איך קען נישט אנעמען קיין תירוץ אז מען איז נישט געוואוינט!
קודם עס איז דא סטאפ סיין'ס אויף דריי זייט'ן און אפי' די פערדע זייט האט מען אויך ביז היינט געדארפט זייער אכטונג געבן דארט, ווער ס'קען יענעם אינטערסעקשאן פארשטייט וואס איך מיין.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 15, 2011 2:31 pm
דורך בשמים
אלף בית האט געשריבן:לגבי דעם בארג וועט גאנץ בקרוב נישט זיין פראבלעם, ווייל לויטן פלאן גייט מען עפענען פראנקפורט וועי (אויבן די בארג) צו עיקערס ראוד, וואס איז אייניג הויעך.
למעשה איז שוין דורך צוויי יאר זינט די תגובה אז "גאנץ בקרוב" וועט שוין די בארג נישט זיין קיין פראבלעם, אבער ס'איז נאך אלס.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 17, 2011 4:08 am
דורך טהור-עיניים
וועגען דעם בארג, אפשר קען מען מאכן אן עסקעלעיטער ארויף אהין
און וועגן אריבערגיין (חלילה נישט זאגן קראסן!! ווער געדענקט נאך?) קעיקערטאון רד., מיין איך אז מען זאל מאכן אזא פיסגייער בריקל אריבער דעם גאס, אזוי ווי באבוב'ער קעמפ האט געמאכט אין טאמפסאנוויל אריבער א פארנומענע גאס
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 17, 2011 2:40 pm
דורך moshele11211
טהור-עיניים האט געשריבן:וועגען דעם בארג, אפשר קען מען מאכן אן עסקעלעיטער ארויף אהין
און וועגן אריבערגיין (חלילה נישט זאגן קראסן!! ווער געדענקט נאך?) קעיקערטאון רד., מיין איך אז מען זאל מאכן אזא פיסגייער בריקל אריבער דעם גאס, אזוי ווי באבוב'ער קעמפ האט געמאכט אין טאמפסאנוויל אריבער א פארנומענע גאס
עסקעלעיטער חלומות ודי בזה
פיסגייער בריקל :
יוש איך קען נישט זעהן די פרויען דארט ארויפוואקן אויכמער די פיסגייער בריק מיטן קעריטש מיט די בנים דערנאך אראפגיין די בריק און ארויפ.. ארויפ.. ארויפ וואקן דע בארג יוש מאכסט מיך שוואך נאר פון טראכטן