בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 17, 2011 8:12 pm
דורך פיבער מעסטער
די בארג איז א שרעקליכער הויכער בארג, אבער ווי איך זעה גייט דאס נישט אן פאר דעם עולם ווייל מען מופט אהין אין גרויסן, לכאורה ווייל די געגנט פאר זיך איז גאר א שיינע געגנט אויף א הויכע בארג, און אינדערוואכן קען מען דאך ניצן א קאר
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 17, 2011 11:57 pm
דורך ווינקל
אין קרית יואל איז דא פיל העכערע בערג. עיין ערך גוגל מעפס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 3:21 am
דורך טהור-עיניים
moshele11211 האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן:וועגען דעם בארג, אפשר קען מען מאכן אן עסקעלעיטער ארויף אהין
און וועגן אריבערגיין (חלילה נישט זאגן קראסן!! ווער געדענקט נאך?) קעיקערטאון רד., מיין איך אז מען זאל מאכן אזא פיסגייער בריקל אריבער דעם גאס, אזוי ווי באבוב'ער קעמפ האט געמאכט אין טאמפסאנוויל אריבער א פארנומענע גאס
עסקעלעיטער חלומות ודי בזה
פיסגייער בריקל :
יוש איך קען נישט זעהן די פרויען דארט ארויפוואקן אויכמער די פיסגייער בריק מיטן קעריטש מיט די בנים דערנאך אראפגיין די בריק און ארויפ.. ארויפ.. ארויפ וואקן דע בארג יוש מאכסט מיך שוואך נאר פון טראכטן
משה'לע, וואס כאפסטו נישט, מ'וועט מאכן א עסקעלעיטער צום בריק אויך...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:02 am
דורך גולם
פון קראנטע מקורות ווייס איך אז מגייט עפענען נאך א וועג (מסתם צו עיקערס)
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 12:17 pm
דורך פיבער מעסטער
ווינקל האט געשריבן:אין קרית יואל איז דא פיל העכערע בערג. עיין ערך גוגל מעפס.
וואס גוגל זאגט ווייסעך נישט, אבער תושבי קרית יואל ווייסן נישט פון א העכערע בארג ווי דער ברך משה בארג
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 1:45 pm
דורך ווינקל
פיבער מעסטער האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:אין קרית יואל איז דא פיל העכערע בערג. עיין ערך גוגל מעפס.
וואס גוגל זאגט ווייסעך נישט, אבער תושבי קרית יואל ווייסן נישט פון א העכערע בארג ווי דער ברך משה בארג
יעך בין א תושב קרית יואל פאר די לעצטע 12 יאר, און איך ווייס גראדע יא פון העכערע בערג.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 2:35 pm
דורך פיבער מעסטער
אדרבה וועלכע בארג איז העכער? געב ארויס די סוד
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 3:50 pm
דורך ראמני 08
גראדע איז חברון העכער ווי ברך משה אויך מאונטענוויא
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 3:57 pm
דורך מידער
ווי עס קוקט אויס זענען דא העכערע בערג ווען מ'רעכנט פונעם ים הויכקייט, און דאס וואס דער בארג קוקט אויס העכער איז צוליב דעם וואס עס פאנג זיך אן אין א טול. אזוי פארשטיי איך פון אייערע ווערטער.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 4:05 pm
דורך פיבער מעסטער
ראמני 08 האט געשריבן:גראדע איז חברון העכער ווי ברך משה אויך מאונטענוויא
חברון איז אפשר אויף העכערע פלאץ ווי די ברך משה געגנט, אבער מען רעדט ווען מען גייט ארויף אויף די ברך משה בארג גייט מען ארויף פון א טאל צו א הויכע בארג וואס דאס איז די העכסטע שפרינג אויף איינמאל
משא"כ ביי חברון גייט מען קודם ארויף א שטיקל בארג אויף פארעסט, דערנאך א שטיקל בארג אויף מאונטענוויו, און דערנאך א שטיקל בארג אויף חברון, וואס לכבוד דעים איז די חברון בארג שוין בכלל נישט אזוי שווער ארויפצושפאצירן
אויף ברך משה שטייסטו אויף בעיקערטאון און די שפאצירסט ארויף א ריזיגע בארג