בלאט 4 פון 14

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 2:46 pm
דורך שלומי פריעד
איך זוך גראדע איצט א פלאץ פאר וואקאציע, צו גיין פאר צווי דריי טעג, ערגעץ רואיג נעבן א וואסער.

אויב איינער האט עפעס עקספירענס וואלט איך געווען זייער דאנקבאר אויב איר וואלט דאס מיטגעטיילט מיט מיר.

א דאנק פון פאראויס, שלומי פריעד

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 4:27 pm
דורך מידער
כ'וויס נישט אויב דו זיכט אזוי ווייט און צי ביסט נאכנישט דארט געווען. ניופארט, ראוד איילענד קען אפשר זיין אינטערסאנט?

+ קענסט נעמען א האטעל נעבן אושען, היבש רואיגע אטראקציעס.

- טייער, ווייט, נישט פאר קינדער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 4:44 pm
דורך שלומי פריעד
ישר כח הרב מידער, קען זיין אינטרעסאנט, ווי ווייט רעדט מען דא? וואס הייסט טייער?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 5:32 pm
דורך מידער
כ'בין שוין דארט געווען לאנג צוריק, כ'געדענק בערך פינף-זעקס שעה, מיין האטעל איז נישט געווען אין ניופארט, אבער די אטראקציעס זענען נישט געווען ביליג.

נ.ב. נישט יעדער גלייכט די דארטיגע אטראקציעס, כאטש איך האב דאס דייקא יא געגלייכט און שטארק הנאה געהאט. מ'ברויך זיין אזא איינער וואס האט ליעב היסטאריע אדער דעזיין אדער רואיגקייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 9:57 pm
דורך תרנגול
לעיק דזשארדש האט עמיצער עני עקספיריענס?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 10:06 pm
דורך שלומי פריעד
תרנגול האט געשריבן:לעיק דזשארדש האט עמיצער עני עקספיריענס?

פונקט געוואלט דאס פרעגן, שכח תרנגול.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 10:09 pm
דורך גיט געזאגט
שלומי פריעד האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:לעיק דזשארדש האט עמיצער עני עקספיריענס?

פונקט געוואלט דאס פרעגן, שכח תרנגול.



איך ווייס אז עס איז דא דארט אסאך שיינע פעלצער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 8:48 am
דורך Sprint
איך זיך א נומבער וויא מען קען דינגען אין בעלל הארבער

ASAP

א דאנק

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 12:33 am
דורך קהת
איך וואלט מציע געוועהן ניאגרא פאלס, אבער אן קיין קינדער שטייזיך, יעצט געוועהן דארט סאיז נישט נארמאל שיין! מורדיג הנאה געהאט! אויב איינער וויל הערן מער קען ער פרעגן דא אדער און אישי

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 12:43 am
דורך leiby
וואס מיינסטו צו זאגן נישט קיין קינדער, אלץ אידישקייט?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 8:13 am
דורך מחזור
ישר כח הרב בשמים איך האב גענומען די דירה

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 8:34 am
דורך צים פינטעל
קהת האט געשריבן:איך וואלט מציע געוועהן ניאגרא פאלס, אבער אן קיין קינדער שטייזיך, יעצט געוועהן דארט סאיז נישט נארמאל שיין! מורדיג הנאה געהאט! אויב איינער וויל הערן מער קען ער פרעגן דא אדער און אישי


viewtopic.php?f=25&t=10970&hili

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 10:43 am
דורך קהת
סאיז זייער שווער מיטצונעמען קינדער ווייל רוב פלעצער קענען זיי נישט מיטגיין און למשל די פלעצער וואס מען ווערט נאס קענען זיי נישט גיין זיי גייען וויינען שרייען, און וועגען די רוחניותדיגע חלק האלט איך אז סאיז בכלל נישט שלעכט מאנטריאל איז סאך ערגער, סאיז נישט קיין beach סאיז נאר טוריסטען נארמאלע מענטשן פארשטייט זיך אז יעדער זאל טוהן וואס ער פארשטייט

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 11:22 am
דורך bailout
איך ווייס נישט וואס עטץ רעדטס דא, איך בין שוין געווען אין גענוג פארקס לאקעל זומער, צו אין וואלמארט וכדו', איך זיך מיך נישט צו גיין, אבער ס'איז א פאקט אז די עולם האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, און קיין איינע פון די פלעצער האב איך נישט געזעהן אז דאס פלאץ זאל פארלאנגען מען זאל גיין אנגעטוהן צניעות'דיג! די איינציגע פלאץ ווי כ'האב געזעהן א פארק זאל פארלאנגן מען זאל גייען צניעות'דיג איז געווען NIAGARA FALLS.

ממש משוגעים, מיין פיצעלע מיידעלע פון א האלבע יאר, האבן זיי אויך אנגעטוהן די בלויע צניעות'דיגע קליידל, פארן ארויפגיין אויף די MAID OF THE MIST. און די געלע צניעות'דיגע קליידל פארן אראפגיין צו די CAVE OF THE WINDS, ס'איז אפי' נישט געווען שמאל געפאסטע קליידער, און נישט אויסגעשניטן.... אפשר די האד איז נישט געווען אזוי אויסגעהאלטן.... ווייל ביי אונז אין סקול לאזט מען נישט גיין אזוי.

אוי ווי מען דערמאנט זיך נאר ווי דער קאפיטאן האט אויסגעשריגן פון אינעווייניג פון די הארסיס שיך, יא יא טיף אינעווייניג, שוין נאך די שיך בענדלעך, 'LADIES AND GENTLEMEN ''THIS'' IS THE NIAGARA FALLS' פליז געמער טישאס, ס'אזוי עמאשענעל.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 3:02 pm
דורך איך וויל פארשטיין
איך טראכט צו גיין קיין ראוד איילענד פאר אפאר טאג, איינער קען אפשר לייגן דא עפעס נוצבארע אינפא ווי למשל א נאמבער אדער אדרעס פון בעהמ"ד, שיינע האטעלן, פלעצער ווי צוגיין וכדומה?

ישר כח למפרע

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 7:34 pm
דורך בשמים
מחזור האט געשריבן:ישר כח הרב בשמים איך האב גענומען די דירה

מיי פלעזשור

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 10:08 pm
דורך תרנגול
ידידנו היקר "לייבי" האט אמאל דא געשריבן א באריכט איבער לענקעסטער פענסילוועניע. איך מיין אז דערווייל ציהט מיר נאך דאס די מערסטע פון יעדן שטאנדפונקט, ס'איז אינטרעסאנט סיי פאר עלטערע און סיי פאר קינדער וכו', אויב נאך עמיצער האט עקספיריענס פון דארטן וואלט איך שטארק הנאה געהאט ווען ער ברענגט עס דא ארויף. א דאנק.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 10:13 pm
דורך leiby
פרעג די אידן פון לעיקוואד.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 7:07 am
דורך צים פינטעל
אין די "דבר יום ביומו" אין קרית יואל איז געווען א קאלסיפייד אז מען קען דינגען א הויז און די קעטסקילס מיט א פריוואטע לעיק מיט שיפלעך
קוקט אויס צו זיין אינטערעסאנט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 9:53 am
דורך זעלבסטשטענדיגער
גיימער עס אויסטשעקן
שיפלעך איז לאו בכל יומא מתרחש

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 4:12 pm
דורך מידער
איך וואלט געוואלט בעזר השם פאָרן פאר א טאג צוויי אויף דאטשע אויף א רואיגע פלאץ מיט א צוויי-דריי אטראקציע ערטער צו פארברענגען. איך טראכט פון לעיק דזשאדזש, סאראטאוגע ספרינגס אדער ביים לאנגוואוד גארטן.

איז מיין שאלה צי איינער האט עפעס נענטער מיט ווייניגער ראוד שעות.

tired.mider@gmail.com

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 5:55 pm
דורך מידער
איך זעה איז ביזדערווייל האט זיך קיינער דערבארעמט אויף א מידער, וואלט איך געוואלט פרעגן איר האלט וואלט געווען מער אינטערסאנטער פאר א מידער און מידע + א מידעלע אינעם וויגעלע.

לעיק דזשארדזש
סאראטאגע
לאנגוואד גארטן
לאנקעסטער
(אדער?)

וואנעט וואלט געווען מער רילעקסינג אבער דאך נישט שלעפעריג.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 6:27 pm
דורך מידער
ראבויסיי ס'שפעט. נאך א קלינג פונעם טרייבל האט די מידע געלאזט וויסן אז מ'קען נישט אהיים פון ארבייט בעפאר אלעס איז גרייט פאר די קומענדיגע פאר טאג, וויבאלד זי האט שוין צוגעטיילט פאר די שעפעלעך א צייטווייליגע שטאל און אפילו איינגעקויפט אינעם קראם אלסדינג פארן געהויבענעם נסיעה, בשעת זי פלאנט מארגן אינדערפרי זיך אריינצוזעצן אינעם וואגען ביי הוק און ביי קרוק (ווי גלייך זי האט די שליסלעך).

זיצט זיך א מידער ביי א טיש מיט ארבייט אין די צייט וואס ער ווייסט ניטאמאל וואנעט דער וואגאן וועט מארגן צילן. אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן וואו צו אויסליפטערן דעם נשמה. האט איינער עפעס וויסנשאפט איבער די אויבן דערמאנטע ערטער אדער ענליך (נ.ב. איך וועל דיר נישט אראפרייסן דעם נאז אויב ס'וועט זיין א דורכפאל.)

זיכעך א ביהמ"ד אינעם געגנט און אן אטראקציע פארן ערשטן טאג.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 8:35 pm
דורך ווער בין איך?
פון די אלע פלעצער בינעך נאר געוועהן אין סאראטאוגע און איך בין געוועהן זייער נישט צופרידן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 9:04 pm
דורך מידער
א גרויסן יישר כח פאר די אינפארמאציע. ביסטו אפשר געווען ערגעץ אנדערש וואו ס'וואלט אפשר געווען אינטערסאנט פאר מיר?